בית פורומים היימישע קרעטשמע

תקנון הייד פארק ביידיש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2006 19:11 לינק ישיר 
תקנון הייד פארק ביידיש

תקנון האתר
די פארום סיסטעם פון הייד פארק איז א פלאטפארמע זיך אויסצודרוקען איבער יעדן הינזיכט. די מערכת שענקט די פארומס פאר די שרייבערס וויבאלד זי זעט דערין א פרייהייט-פון-ווארט פלאטפארמע אויפן הייד פארק סטיל, און דאס אלעס אן קיין אבזערוואציע אדער אריינמישונג פון די מערכת. די גרינט וואס שטעלט אוועק די מערכת איז די דעמאקראטישע גרונט וואס לויטעט פון איין זייט צו געבן פרייהייט פון ווארט פאר יעדעם, און פון די אנדערע זייט זיך צושטעלן צום מדינת ישראל געזעץ. הייד פארק לאדנט אייך זיך צו לאזן הערן איבער דעם פלאטפארמע, מיטן זיך צושטעלן צו די חוקי המדינה און די אנגענומענע וועג פון באנעמונג, כדי צו ערמעגליכן א בליענדע עפעקטיווע און פאסיגע דיסקוסיע.


*:namespace prefix = o /> 

די כללים זיך צו באנוצען מיט די פארומס:


1. דאס זיך באנוצען מיט די פארומס איז אינטערגעבויגן אונטער יעדע דין און תנאי השימוש וואס עס וועלן פון צייט צו צייט די מערכת הייד פארק. דאס באנוץ מיט די פארומס איז א באשטעטיגונג צו אלע תנאים ווייטער.
2. די פארום סיסטעם ענהאלט צווישן אנדערע, די פארומס זעלבסט, תיבות אישיות, דפים אישיים, תיבות קוליות און געצייג וואס ערמעגליכט פארן סיסטעם באנוצער ארויפצולייגן טעקסט, אינפארמאציע, לינקס, און אנדערע אינהאלט אויף די פארומס.


סערוויסעס ווי למשל די  תיבות אישיות, די תיבות קוליות און די דפים האשיים ווערן אויטאמאטיש געעפנט בשעתן זיך איינשרייבן און ווערט געגעבן כמו שהם פארן באנוצער.


די סערוויסעס זעלבסט זענען גענצליך פריי סיידן די זמן אוויר בעת'ן זיך באנוצן מיט די תיבות הקוליות.



3. מען טאר נישט ארויפלייגן אויף די פארומס אינהאלט וואס דאס זיי ארויפלייגן אויפן פארום און/אדער זייער אינהאלט איז נישט לעגאל און/אדער וואס זיי זענען באשטימט אויף אומלעגאלע צוועקן און/אדער וואס קענען ברענגען א שאדן פארן סייט. אזוי אויך איז זיך הייד פארק נישט מתחייב צו ערמעגליכן אנדערע סייטס זיך צו באנוצען מיט די געזעלשאפט-סערוויסעס וואס זי שטעלט צו, אין פעלער וואס דאס קען צוברענגען סיי וועלכע שאדן פאר הייד פארק. אזוי אויך וועט הייד פארק נישט דינען אלס פלאטפארמע פאר זיגן/מלחמות/קריגערייען צווישן מענטשן/גולשים/אנדערע וועב סייטס. הייד פארק דינט נישט אלס פלאטפארמע פארן מאכן געלט אדער אדווערטייזן וועבסייטס לשם אדווערטייזן. הייד פארק האלט פאר זיך די עקסקלוסיווע זכות צו באשטימען וועלכע אינהאלט און/אדער פארומס און/אדער באנוץ מיט די סערוויסעס זענען עובר אויף דעם סעיף.




4. מען טאר נישט ארויפלייגן אויף די פארומס אינהאלט מיטן מאטיוו צו שעדיגן די אקטיוויטעט פון די פארומס אדער די איינגעזעסענע המשך'דיגע מהלך פון די דיסקוסיעס אינעם פארום. 


5. מען טאר נישט ארויפלייגן אויף די פארומס געשעפטליכע אדער אדעווערטייזמענט אינהאלט, בלויז מיט א היתר מפורש בעפאר און בכתב פון הייד פארק.



6. אינהאלט וואס מען לייגט ארויף אויפן די פארומס מוז זיין רעלאווענט צו די נושא פון די פארום וואס מען לייגט עס ארויף. די מערכת מעג אויסמעקן הודעות וואס זענען נישט רעלאווענט, אדער זיי אריבערלייגן צו א רעוואלאנטישע פארום.



7. הייד פארק האלט פאר זיך די זכות צו באגרעניצען און/אדער חוסם זיין און/אדער אפהאלטן פאר א גולש צוטריט און/אדער דאס באנוץ פון יעדע סערוויס אינעם סייט וואס אין דעם איז נכלל שרייבן און ליינען אין די פארומס און די תיבות האישיות, און דאס אלעס אן געבן א ווארענונג/ערקלערונג פארן גולש בעפאר אדער נאכדעם.


8. דאס ארויפלייגן אינהאלט אויפן נעט דורכן באנוצער, פארקויפט פאר הייד פארק די רשות צו מפרסם זיין און זיך צו באנוצען מיט די אינהאלט אויף יעדע וועג אין די סייטס וואס זי אקטיוויזירט אויפן אינטערנעט נעטווארק, לויט איר עקסקלוסיווער מיינונג און אן קיין אויסטויש דערפאר. א באנוצער וואס לייגט ארויף אינהאלט אויפן סייט באשטעטיגט אז ער באשטייט צו מקנה זיין פאר הייד פארק די רשות וואס איז אויסגערעכנט אויבן אין דעם סעיף.



9. הייד פארק אבזערווירט נישט און קען נישט אבזערווירן אויף די דיסקוסיעס אין די פארומס און אויף די אינהאלט וואס ווערן ארויפגעלייגט אויף די פארומס דורך באנוצער, און זי איז נישט פאראנטווארטליך וויאזוי אימער אויף די אינהאלט ווי געזאגט. די גאנצע פאראנטווארטליכקייט וואס קומט פון ארויפלייגן אינהאלט אויפן פארום ליגט אויפן באנוצער וואס האט עס ארויפגעלייגט.



 




די באנוצער באשטעטיגט:


10. די סערוויסעס אין דעם סייט ווערט געגעבן זיך באנוצען אזוי ווי עס איז. עס וועט נישט זיין קיין טענה, תביעה אדער דרישה קעגן די סייט אייגענטומער וועגן די כאראקטער פון די סערוויסעס וואס די סייט שטעלט צו, צו זיי זענען באגרעניצט, צוגעפאסט פאר דיין געברויך, אדער די תגובות וואס וועלן ערוועקן פריוואטע פרסום אדער אינפארמאציע פון דיין זייט אינעם סייט. דאס באנוץ מיט דעם סייט ווערט געטון אויף דיין פולע עקסקלוסיווע פאראנטווארטליכקייט.



11. דו באשטעטיגסט, אז מיט דיין באנוץ מיט די פארום סיסטעם און די בייגעלייגטע געצייג (אינקלאדירט תיבות אישיות און תיבות קוליות), וועסטו נישט מפרסם זיין מיטן באוואוסטזיין חומר אינהאלט פון ליגענט, באשמיצענד, אומפונקטליך, גראב, אנטיסטמיטיש, סעקסואלע מיינונגען, איבערשרעקעדיג, אינסטרוטיוו צו אן אנדערעמס פריוואטקייט, אדער יעדע אנדערע חומר וואס איז עובר אויף די חוקי מדינת ישראל. עס קען גענומען ווערן קעגן דיר לעגאלע שריט אויב וועסטו עובר זיין אויף דעם תקנה. אזוי אויך, ביסטו מסכים נישט מפרסם צו זיין קיין שום חומר וואס די רעכטן זענען רעזערווירט (קאפירייט), בלויז אויב די רעכטן זענען דיינס, אדער דו האסט די הסכמה פון דעם צו וועם עס געהער די רעכטן. מיסט הודעות, פארפלייצונגען, אדווערטייזמענטס, און קייט בריוון, איז אסור בהחלט.



12. דו ביסט אחראי אויף די אינהאלט פון דיינע הודעות און אויף די אינפארמאציע וואס דו ביסט מפרסם. די סייט רעזערווירט די רעכטן צו אויפדעקן דיין אידענטיטעט אין פאל פון פאליצייאישע אדער לעגאלע אקטיוויטעטן קעגן דיר.



13. די אייגענטומער פונעם סייט און/אדער די פאבריצירער פונעם סייט און/אדער די סייט שטאב וועלן נישט טראגן קיין קיין שום אחריות פאר יעדע שאדן, גלייך אדער קרים, וואס וועט פאראורזאכט ווערן אלס א תוצאה פון הודעות וואס דו אלס באנוצער ביסט מפרסם, אן קיין יוצא מן הכלל. דיין באנוץ מיטן סייט איז א קלארע הסכמה אז דו, אלס שרייבער פונעם הודעה, ביסט די דירעקטע און איינציגסטע פאראנטווארטליכער אויף איר אינהאלט. דיין באנוץ מיטן סייט איז אויך א קלארע הסכמה אז דו פטר'סט די סייט שטאב, אריינגערעכנט אלע אירע ארבעטערס, אנפירערס, און באיי כוחו, פון וועלכע אימער אחריות אויף דיינע הודעות.




 



פריוואטקייט


14. די הייד פארק נעטווארק היט שטרענג אפ די פריוואטקייט פון די באנוצער. חוץ פערזענליכע אינפארמאציע וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך די באנוצער זעלבסט, דאס באנוץ מיט די הייד פארק סייט איז אנאנים, און הייד פארק האט נישט די פערזענליכע איינצלהייטן פון די באנוצער. 


15. וויבאלד קיין שום סיסטעם אויף די וועלט איז נישט באשיצט אויף א גענצליכע פארנעם, איז רעקאמענדירט נישט ארויפצולייגן אויפן נעץ און נישט אדורכפירן דורך איר אינפארמאציע וואס זייער אנטפלעקונג קען פאראורזאכן פארן באנוצער סיי וועלכע שאדן.



16. צוליב פעלער פון באלעסטיגן צוליבן מפרסם זיין טעלעפאן נומערן, אדרעסן אדער אנדערע אידענטיפיקאציע איינצלהייטן - איז רעקאמענדירט נישט איבערצוגעבן אזאלכע פרטים אין די פארומס אדער אין די תיבות האישיות. הייד פארק רעזערווירט די עקסקלוסיווע רעכטן (אבער זי איז נישט מחוייב) אויסצומעקן יעדע הודעה וואס ווערט געזען ווי זי ענהאלט אזאלכע פרטים, און אלעס לויט איר עקסקלוסיווע מיינונג.



17. עס ווערט אויסגעקלארט דערמיט, אז אין יעדן פאל וואס הייד פארק וועט געפאדערט ווערן דורך א אויטאראזירטע העכערהייט, וואס ארבעט מכח לעגאלע אויטאריטעטן, איבערצוגעבן עדות און/אדער אינפארמאציע וואס זי באזיצט (אין דעם איז נכלל ip אדרעסן, אין פאל הייד פארק פארמאגט דאס) וועט הייד פארק ארבעטן לויט די געזעץ און וועט איבערגעבן די פארלאנגטע אינפארמאציע.



18. הייד פארק מעג זאמלען אינפארמאציע וואס אנבלאנגט דאס באנוץ און פרינטען דאס באנוץ אינעם נעטווארק, און זיך באנוצען דערמיט פארן געברויך צו פארבעסערן די סערוויסעס וואס זי שטעלט צו, פארן געברויך פון Targeted Traffic, אדער פאר אנדערע ביזנעס געברויכן.



תוקן על ידי - גרויזאמער - 09/06/2006 19:14:54



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2006 20:09 לינק ישיר 

ווי איז די ארגינעלע?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/6/2006 00:18 לינק ישיר 

אזויווי די הנהלת הייד פארק האט געמאלדן זייער ווילן צו פאבליצירן די תקנות אלס אפיציעל, נאך לאנגע דיפלאמאטישע געשפרעכן פונעם גרויזאמער פון וויען. בעטן מיר אז ווער עס האט סיי וועלכע קאמענטארן זאל זיך לאזן הערן. ווי זאגט יגר? דער עולם מעג שוין אמאל אליינס מיטזינגן די קומענדיגע ווערטער, יעדער ווייסט סייווי וואס איך וויל זאגן... די געהעריגע תקנות געפינט זיך דא: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/takanon.asp מיין קאמענט: "אינסטרוטיוו צו אן אנדערעמס פריוואטקייט" -תקנה 11 וואס מיינט אינסטרוטיוו? -אין עברית: פולשני לפרטיות הזולת.?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 02:01 לינק ישיר 

אריינדרינגען
---

אגב, האב איך נאך אסאך הערות אויף דיין אידישע איבערזעצונג, אבער ווילאנג היידפארק וועט מיר נישט באצאלן אויפן שעה, וועלן זיי זיך קענען האלטן מיט דיין באבי'שן תירגום.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/6/2006 07:28 לינק ישיר 

מיין קאמענט; זאלסט עס איבערמאכן אויף 'א'ידיש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/6/2006 10:14 לינק ישיר 

איך האב נישט געוויסט אז איינער ליינט אמאל בכלל זייערע תקנון'ןס........

אויך אויף דעם אשכול האב איך מיך געפלאגט, וואס מיינט "ביידיש" ? רבוש"ע.

ענדליך נאכן זיך כאפן....... איז דאך דא פול מיט העברעאישע ווערטער געבליבן אינעם איבערזעצונג אויף יידיש......... אבער שוין.

אינטרוסיוו מיינט דאס ,קוק .

וואו ביסטו בכלל אנגעקומען צו דעם ווארט ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 16:11 לינק ישיר 

נאך דיפלאמאטישע פארהאנדלונגען און שווערע באציאונגען האמיר זוכה געווען אזויפיל אז הייד פארק האט ארויפגעלייגט די לינק דא:

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1398515

תקנון הייד פארק מתורגם ליידיש (באדיבות גרויזאמער)
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1946505


אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2010 20:01 לינק ישיר 

ארויפגעברענגט פאר נייע מעמבערס וואס ווייסן נאכנישט די תקנות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > תקנון הייד פארק ביידיש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext