בית פורומים היימישע קרעטשמע

פאול: פריוואטע אשכולות פון ניק צו ניק?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2006 21:09 לינק ישיר 
פאול: פריוואטע אשכולות פון ניק צו ניק?

אין די אלטע ווערסיע פון די קרעטשמע תקנות איז געווען אינקלאדירט דער פאלגנדער תקנה:

2) פרוביר צו לימיטירן און באגרעניצן אשכולות וועלכע באציען
פריוואט פון דיר צו א צווייטן ניק, פארגעס נישט אז נישט יעדער דאוונט אין דיין שול, און נישט יעדער איז געזעצן לעבן דיר מיט דיין חבר אין מקוה היינט, טא נישט יעדער וועט פארשטיין דיין וויץ.

פאר ווער עס איז נייגעריג וועל איך ארויסגעבן סודות פון חדר און אויסזאגן דעם סוד אז אני הקטן איז געווען דער שרייבער פון די אלטע ווערסיע תקנות.

די סיבה פארוואס איך האב אריינגעלייגט די דאזיגע תקנה וועל איך מסביר זיין מיט א משל:

צוויי מענטשן 'פייוויש' און 'געציל' זענען פריוואטע מענטשן, פארמאגן נישט קיין ספעציעלע שייכות איינס מיטן אנדערן, גראדע וואוינען זיי ביידע אין איין שטאט, באלאנגען צו איין קהילה, און דאווענען אפילו אין איין שול.

'פייוויש' ארבייט אין אן אפיס ווי עס איז ל"ע פארהאן די טריפה'נע אינטערנעט (כאטש אויף דזשעי-נעט אבער נאך אלס א חורבן.....).

אונזער 'פייוויש' זוכט באמת נישט זיך צו דרייען אויף די טריפה'נע פלעצער, ער זוכט נאר עפעס זיך צו אונטערהאלטן ביי פרישטאג-מיטאג וכדו'.

אין שול האט ער געהערט פון הייד פארק -אן ארט ווי אידן פלוידערן און טענהן איינס מיטן אנדערן-, ער האט געזוכט און גענישטערט, געמאכט א סוירטש אויף גוגעל, ענדליך נאך צוויי דריי טאג האט ער ענדליך דערגרייכט הייד פארק.

כמובן, איז ער צוערשט אנגעקומען צו די מחלוקת'פולע פורמ'ס, ווי מען האט זיך ארומגעריסן ווי די קעץ איבער די פאליטיק וואס איז נוגע אויך זיין חסידות.

נאך א שטיק צייט איז שוין אונזער 'פייוויש' געווארן אביסל מלומד אין הייד פארק, און זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו אנטרעפן נאך פארשידענע פארומ'ס צווישן אנדערן אונזער אלעמען באקאנטער 'היימישע קרעטשמע'.

'היימישע קרעטשמע' איז אים מורא'דיג געפאלן, ס'איז בא'טעמ'ט, מ'קריגט זיך נישט, מ'שמייכלט, מ'האלט זיך אונטער. עכ"פ, ער איז געווארן א גאנצער תושב דא, און זיך אפילו געעפנט א ניק 'פעטרישקע'.

לאמיר איבערלאזן אונזער 'פייוויש-פעטרישקע' שרייבן און זיך אונטערהאלטן אויף 'היימישע קרעטשמע'. און אונז וועלן יעצט אריבערגיין אין אפיס פון דעם אויבן דערמאנטער 'געציל'.

'געציל' איז א בעה"ב פון א קליינטשיגע ביזנעס'ל, ער האט פאריאר זומער געהערט פון א חבר פון דעם באקאנטן פאפולערן העכסט אינטערעסאנטן 'נאטורליך'ס טאגבוך פון די קאנטרי', ער האט אויך באקומען אין אי-מייל פונעם זעלבן חבר דעם לינק פון 'היימישע קרעטשמע' ווי ער וועט קענען זען די פרישסטע פארזעצונגען פונעם טאגבוך.

אבער 'געציל' איז געווארן פשוט עדיקטעט צו 'היימישע קרעטשמע', ס'איז פאן, ס'איז זיס, מ'לאכט, מ'האלט זיך אונטער, ס'איז לעבעדיג. נישט נאר איר ער געוארן עדיקטעט צו ליינען, ער האט זיך אפילו געעפנט א ניק 'מייערן'.

לאמיר איצט צוזאמשמעלצן 'פייוויש-פעטרישקע' מיט 'געציל-מייערן'. די צוויי האבן באזונדער זיך אונטערגעהאלטן אין 'היימישע קרעטשמע', געענטפערט איינער דעם צווייטן מיט תגובות, זיך געטשעפעט, זיך געווערטלט, בקיצור, זיי האבן עפעס געקליקט צוזאמען.

פון דארט און ווייטער איז שוין אלעס געגאנגען ווי געשמירט. 'פייוויש-פעטרישקע' און 'געציל-מייערן' האבן זיך געעפנט גוגעל אקאונטס, און געשמועסט אין קרעטשמע און אין גוגעל, נאך א צירקע פאר וואכן האבן זיי זיך מתגלה געווען איינער דעם צווייטן, קודם בטעות נאכער במזיד, און זיי זענען געוואויר געווארן דאס וואס אונז וויסן שוין פון פריער אז זיי וואוינען אין איין שטאט, באלאנגען צו איין קהילה, דאווענען אין איין שול. נאכמער זענען זיי געוואויר געווארן -וואס דאס איז שוין א נייעס פאר אונז אויך- אז זיי געהערן אפילו איין פארטיי און וואוינען אינגאנצן א גאס אפגעריקט איינער פונעם אנדערן.

עניוועי, צו מאכן א לאנג סטארי לאנגער, 'פייוויש-פעטרישקע' און 'געציל-מייערן'  זענען געווארן פאניע בראד, זיך געטראפן אין שול און ארומגעשמועסט, געטראפן אויף גוגעל און געטשטעט, געטראפן אין די קרעטשמע און זיך געווערטלט, זיך אפילו גערופן אויפן טעלעפאן אויב האט אויסגעפעלט.

אין א טאג איז 'געציל-מייערן' אנגעקומען אין שול אביסל שפעטער ווי 'פייוויש-פעטרישקע', גראדע איז דאס געווען א טאג מיט גאר אן אינטערעסאנטער נייעס, אבער ווען 'געציל-מייערן' איז אנגעקומען אין שול איז פונקט דאן די גרויסע גרופע וואס האט געשמועסט פונעם גרויסן נייעס און אלע אירע דעטאלן זיך צעגאנגען. און געציל-מייערן איז געבליבן לעקיש...... גייט ער צו צו זיין ידיד פייוויש-פעטרישקע און פרעגט אים וואס די נייעס איז, פייוויש-פעטרישקע אבער יאגט זיך פונקט איצט פטר'ט ער אים אפ און לויפט אין די ארבעט אריין.

נאכן ארלעדיגן וואס ער האט געברויכט וויכטיג, האט אונזער פייוויש-פעטרישקע באשלאסן זיך אביסל אונטערצוהאלטן אויפן חשבון פון געציל-מייערן און ארויף אויף די קרעטשמע און געעפנט א נייעם אשכול ווי פאלגענד:

'מייערן' ווייסט נישט די נייעס....

מייערן איז היינט אנגעקומען שפעט אין שול, און אלס עונש ווייסט ער נישט די נייעס......

תוקן על ידי - פעטרישקע - 09/06/2006 19:31:15

----

מייערן ענטפערט:

פעטרישקע;

זארג דיך נישט איך ווייס שוין.

בדרך אגב:
נעקסטיים לייג בעסער צוזאם דיין תפילין און כאפ נישט אויס א צווייטנס פלאץ אין מקוה. וד"ל....

------

פעטרישקע ענטפערט:

מייערן;

פון דיין מחזור האסטו פארגעסן?.... וד"ל.

LOL

----------------

מייערן ענטפערט:

פעטרישקע;

איימסארי, אבער אז דו רעדסט שוין פון א מחזור, וואס טוט זיך מיט דיין קליינעם'ס רבי? הא הא הא..... וד"ל

--------------------

פערטישקע מיט מייערן ליינן דעם אשכול און רוילן זיך ווי זיבעלעך פאר געלעכטער, זיי קליקן זיך אויף גוגעל און קאלן זיך ביי די סעלפאונס, בקיצור ס'גייט זיי גוט.

אין די זעלבע צייט וואס פעטרישקע מיט מייערנ'ס בויך שאקלט זיך פאר געלעכטער און אלע ארומיגע קוקן זיי אן ווי טאטלע משוגעים, זיצט אני הקטן ביי דער ארבעט, קוים אנגעיאגט אביסל ליידיגע צייט, און מיטן סענדוויטש אין די האנט כאפט מען זיך אביסל ארויף קיין 'היימישע קרעטשמע' זיך אביסל מתהנה זיין, און אויבן אן טרעף איך אן דעם פעטרישעקע-מייערן-נייעס אשכול. איך ליין און ליין און ווייס נישט וואס עס גייט פאר דארט. איך מאך אן אומצופרידענעם-אומפארשטענדליכן גרימאס מיט מיין מויל און גיי ארויס פון דעם אשכול....

בו בזמן זיצט זיך 'חיים ברוך' ביי די ארבעט, זיין בעה"ב איז אויף וואקאציע, און ער האט איצט די געלעגנהייט אביסל ארומצוקריכן אויף די נעט, דרייט ער זיך אויף הייד פארק פון פורם צו פורם זוכן עפעס אן אינטערעסאנטן פלאץ צו קובע זיין משכונו. טרעפט ער פונקט אן אונזער 'היימישע קרעטשמע', ער ווערט טאקע ענטפאנגען מיטן לאזונג 'וועלקאם צו די געשמאקסטע פורם אויף הייד פארק', אבער ווי נאר ער גייט אריין טרעפט ער אויך אן אויפן אויבן אן דעם פעטרישקע-מייערן-נייעס אשכול, ער פארשטייט נישט קיין ווארט, און דעריבער פירט דאס אים ארויס פון 'היימישע קרעטשמע' נאך שנעלער ווי ער איז אריינגעקומען.

ע"כ המשל.


איצט מורי ורבותי, אונטער די השפעה פונעם נמשל פון דעם משל האב איך אריינגעלייגט אין די תקנות די אויבנדערמאנטע עצה טובה:

2) פרוביר צו לימיטירן און באגרעניצן אשכולות וועלכע באציען
פריוואט פון דיר צו א צווייטן ניק, פארגעס נישט אז נישט יעדער דאוונט אין דיין שול, און נישט יעדער איז געזעצן לעבן דיר מיט דיין חבר אין מקוה היינט, טא נישט יעדער וועט פארשטיין דיין וויץ.


איצט מורי ורבותי, זינט די הנהלה האט נאכן דן זיין בכובד ראש אראפגעוואוט די ספעציפישע עצה טובה, וויל איך אייך פשוט פרעגן צו איז דער פאקט אז עס קרענקט מיך א פשוטער 'יענטאאש קרענק' אדער איז דאס טאקע א נערוון קריכעריי????

 א יישר כח פארן ענטפערן.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 22:35 לינק ישיר 

יענטאאש;

א שטעלונג נעם איך נישט, ווייל איך וויל נישט ארויס געבן סודות פון חדר.

אבער דאס יא, .

אזאנס האמער שוין לאנג נישט זוכה געווען.

יישר כח ענד קיפ איט אפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 23:15 לינק ישיר 

יענטאאש,

זייער א שיינע משל, (דא קען מען זען די נמשל)  און דו ביסט אויך גערעכט מיט דיין טענה.

איך ווייס נאך נישט פארוואס יאנאש געט דיר צען פון די גרינע, ס'קוקט מיר נישט אויס ווי ער איז איינשטימיג מיט דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 00:42 לינק ישיר 

סיז מיר שוין שפעט געווארן ערעב יענטאאש, כעל שרייבן אן אנדערס מאל אביסל א לענגערע שמועס בנושא, לויט ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן ביי די מעכטיגע גרויסע אסיפה רבתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2006 02:10 לינק ישיר 

I'm all in with the ROSH HAKOOHUL



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2006 02:33 לינק ישיר 

חשובה מנהלים,

נעמט ארויס נאך א שטיקל פון די תקנות, אפשר וועט יענטאאש שרייבן נאך אביסעל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/6/2006 06:27 לינק ישיר 

שלום יענטאאש..............; איך זיץ אין איך לאך,איך קראץ מיך מיין ווארצל אין קלער: אזוי משיגע זאל איינער ווערן, מעגסט שוין ציריקגיין ארבעטן!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 08:28 לינק ישיר 

זייער שיין באשריבן

היות איך בין נאך אונטערן השפעה פון דיין רייכע באשרייבעכטסץ, וועל איך דיר ענפערן אויף דיין שאלה: ניין עס איז באמת א נערוון קריכעריי, און 'דאס' איז נישט סתם עפעס א יענטאאש קרענק, רח"ל.

איך בעט בשם יענטאאש דעם ראש הקהל, מען זאל צוריק ארויפקרוזן דעם וויכטיגן סעיף וואס די הנהלה האט אזוי אראפגעסקיעט פון צווישן די וויכטיגע תקנות הקרעשמע.  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 08:30 לינק ישיר 

איך מיין אז ווילאנג יאנאש איז דער הדיוט קופץ בראש דארט, וועט עס נישט צוריק ארויפגיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 16:22 לינק ישיר 

 As a reader that rarely writes,0
I do think it is ok to write privately to someone
 as long as this kind of talk doesn't control the
forum.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 17:57 לינק ישיר 

אלץ אן אבזערווירער, האב איך אבזערווירט אז טייל שרייבער געבן כמעט גארנישט צו צום פארום, ווען נישט די סארט פריוואטע אשכולות וואו זיי קענען זיך פליקן און ווערטלען מיט זייערע חברים, וועט מען נישט הערן פון זיי. איז אפשר כדאי יא איבערצולאזן א מקום פאר די סארט שרייבעריי, אזוי וועט איר כאטש האבן די געלעגנהייט צו הערן פון אט די פאר געציילטע שרייבער וועלכע קענען גארנישט מוסיף זיין עפעס אינטערסאנט, זיי באגעניגן זיך מיט שרייבן: יענער שיסט פאר כעס, דער וויינט, וכדומה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2006 18:06 לינק ישיר 

אבזרווירער;

דו האסט א שטיקל נקודה, אבער איך בין מחולק מיט דיר.

לעניית דעתי, ברויך מען געבן פארצוג און פראטעקציע פאר די יעניגע שרייבער וואס מען הערט יא שטענדיג פון זיי, זיי לייגן צו א ווארט ביי אלע סארט טעמעס, ביי אזעלכע סארט שרייבער קען מען אפשר פארקוקן ווען זיי צופירן זיך די הענט מיינענדיג אז זיי זענען ביי זיך אין דיינונג רום אדער אין די פאדערצימער פון זייער מקוה און נעמען זיך פאליטיזירן מיט קאלעגע שרייבער.

אבער אזא ניק וואס מען הערט נישט פון אים ווילאנג די יאר איז, פלוצלינג רוקט ער זיך אן צו רעדן פריוואטע סודות אין פובליק, אזא איינעם דארף מען מודיע זיין אז ער זאל זיך לאזן הערן אויף אנדערע טעמעס אויך, אויב נישט, זאל ער זיך גרינדן א באזונדערע פורום מיטן נאמען: סיקרעטס אין פובליק...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/6/2006 01:20 לינק ישיר 

עפעס א שלעכט 'ווארצל' איז מיר דא ארויסגעוואקסן און קראצט מיך איבעראל.........

ווארצל'שקע טייערער, הלוואי מי יתן והיה איך זאל משוגע ווערן דא אין די קרעטשמע פון די צייט און נישט דארפן לויפן ווי א יענטאאש צו די ארבייט שטענדיג, איך מיין יעדער וואלט הנאה געהאט.....

אבער איך האב הנאה אז מיין קאמפיין פאר די אלטע 'עצה טובה' האט געשלאגן 'ווארצלען' ביים ציבור און דער עולם סופפארט עס.

דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו לאזן הערן די מיינונגען אין די נושא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פאול: פריוואטע אשכולות פון ניק צו ניק?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext