| נשלח ב-11/6/2006 23:45 |
|
| |
איך האב געהאלפן שטופן סאכדעס'ן
היינט צופרי אין בית המדרש! יא אזויווי איר הערט
איך קען נישט ארויסגעבן צופיל פרטים, סאכדעס פארשטייט שוין אויפן ווינק.
סאכדעס די סעלפאן וועט זיך דיר מער נישט צוקלינגען! הא??? פראבירן זאלסטו!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 23:47 |
|
| |
נעקסטיים מאך מיר נישט קיין בזיונות, האסט געזעהן דעם אלטן דארט? ער איז געווען ווייס ווי קאלך, ער האט געמיינט עפעס ערענסט האט פאסירט, כעל בלאקן דיין נומער, חוץ מזה האב איך פארציילט פאר'ן רב, שוין לאמיר נישט פארציילן אלעס.
תוקן על ידי - סאכדעס - 11/06/2006 23:49:58
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 23:48 |
|
| |
איז דער אשכול א סטראשע צו דעם אנדערן אשכול וועגן עפענען אשכולות מיט בויך ווייטאג פון איין ניק צום אנדערן ? אויב יא לאז עס וויסן ברבים נישט יעדער איז גענוג קלוג עס אליין צו פארשטיין
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 23:52 |
|
| |
פארגעס פון דעם אלטן, ווייל אויב שוין עפעס באלאנגט ער בכלל נישט ביי אונז, ער איז דאך פון די
'חברה' -ווייסט וואס איך מיין...
האסט געזען ווי ער האט געשאלטן פרייטאג נאכמיטאג ווען מען האט אים נישט סערווירט די נעגל
שניידער אין די רגע וואס ער האט עס פארלאנגט? (דו האסט אים גוט צוריקגעזאגט!)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 23:56 |
|
| |
פרייטאג איז געווען אן אנדערע מאנסע אינגאנצן, כאב נישט געוואלט באצאלן דעם שאמעס די נייע טשארדזש אין די מקוה, כאלט פערזענליך אז סיז נישט אויסגעהאלטן, אינדערמיט האט זיך דער אלטער צוזינגן איבער זיין נעגלשניידער, יוי האט ער זיך גערעגט אויף די יונגאטשעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 23:59 |
|
| |
יא אבער זיין זוהן וואוינט אין די געגענט און שבת האט ער זיך גערעגט ער האט געזאגט דעם רב אז
די אינגעלייט האבן אויפגערעגט זיין טאטן אזש ער איז געווען צורודערט א גאנצע סעודה
מיר דאכט זיך אז סאשאד צו קער נעמען פונעם אלטן ער ליידט אויף אלצ... דו ווייסט וואס איך מיין...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/6/2006 00:02 |
|
| |
נו כ'לאז זיין זוהן מיטקומען מיט איהם אין מקוה, ער דארף טאקע נישט אליינ'ס קומען אין מקוה, עניוועי דאס איז נישט נוגע, אבער נעכטן ביי שלש סעודות, ווען דער וואס זיצט צוויי בענק אין די זייט פון דיר, האט זיך צוקאכט, היתכן מ'שטיינס געזאגט, סישפעט, פארוואס איז די וואט עווער נישט געווען גרייט, (כ'ויל נישט מ'זאל כאפן) כ'האלט אז דער רב וואלט זיך נישט געדארפט אריינמישן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/6/2006 00:07 |
|
| |
סאכדעס אז דו ווילסט דאס בארירן נאו פראבלעם. אבער דאס איז זייער א האקעלע ענין עס איז אויף
דיין אייגענע אחריות!
געדענק אז דו ביסט דער וואס וועט זיך אפבריען, אזויווי דו האסט זיך שוין אפגעבריט מיט ר' יענקלן!
פארוואס זיך אריינלאזן אין פייער? העעעע??????? (דו ווייסט וואס איך מיין!)
|
|
|
|
| נשלח ב-12/6/2006 00:11 |
|
| |
כ'בעט דיר גרויזאמער, -כאב שיער נישט געשריבן דיין עכטע נאמען- עניוועי, מיט יענקל'ן ווייסטו זייער גוט, אז איך בין אינגאנצן נישט שולדיג געווען, דארט איז געווען שולדיג, דער קליינער מיט'ן שווארצן בערדל, וואס דאוונט אלעמאל ביין באלעמער, סאו כ'בעט דיר מיש נישט אויס צוויי מעשיות, און אויב רעדסטו זיך פון אבריען, שווייג בעסער שטיל, דו געדענקסטו וואס דו ביסט אריבער פאראיאר ווינטער ווען דיין זוהן..... שוין איך וויל נישט זאגן.
|
|
|
|
|