| נשלח ב-12/6/2006 01:49 |
|
| |
וואס האט זי געזאלט טוהן?
מעשה שהי'. היינט זונטאג בהעלותך (אין אמעריקע). ס'איז געווען א שיינעם וועטער, און כ'האב נאכנישט געזעהן די נייע אויסשטעל אינעם אוהל אופן ציון אין ק"י, האב איך באשלאסן: יאלא... איך גיי ארויף צום ציון.
זאגענדיג די ברכה בשעת איך גריבעל אין מיין קליינטשיק אינערלעכן רעקעל טאש, זיכענדיג, אפשר בטעות ליגט דארט א גארטל, קומט מיר אקעגן א פרוי, אין איר הענט האלט זי תהילים'ליך, געניג פאר א מנין - ווייזט אויס אז א משפחה וואס האט יארצייט האבן איר אנגע'שדכ'נט מיטן צוריקטראגן אויפאיינמאל די לאסט וואס יעדער אין די משפחה האט צוביסלאך באזונדער געברעגט...
"אפשר זענט איר אזוי גיט, אינגערמאן, און טראגט דאס אריין אין אוהל," פרעגט זי מיר.
אלס אל תרבה שיחה, ענטפער איך קורץ, "יא".
זא הויבט זיך אן די דילעמא!
מיר שטייען ביידע אויפן פעלד אינעם בית החיים, בלויז גינע גראז ארום און ארום פאר א שטרעקע פון 100 פיס צו יעדע זייט. נו? וואס טוט זיך מיטן יד ליד לא ינקה? וואו קען זי מרצה תהילים'ליך זיין, אזוי פראסט?
א קליגע אידענע איז זי פארט געווען.
זי נעמט דוד המלך'ס ק"נ קאפיטלעך, און ווי א ערליכע פרוי בייגט זי זיך אנידער און לייגט אלעס אראפ אויףדער ערד!!!!....

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:05 |
|
| |
זעהנדיג אז קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון אונזער אור-אלטן באליבטן שרייבער מר. עווערעדזש, וועל איך פרובירן ארויפצוברענגן דעם אשכול נאכאמאל צום אויבנאן, כולי האי ואולי וועט זיך דער עולם איבערקלערן און שרייבן וואס זיי האלטן וואלט געווען די ריכטיגסטע צו טאן אין אזא פאל ווי אויבן ערווענט: איבערגעבן די תהלים'לעך אינעם האנט פונעם ווארטענדן אינגערמאן, אדער דאס אראפלייגן אויף דער ערד?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:31 |
|
| |
אפשר וואלט ער געברויכט זאגען אז ער איז אויך נישט פון די לעבעדיגע, נאר ער קוקט זיך פשוט אים אויף די נייע איינוואונער. דאן וואלט קיין פראבלעם מער נישט געווען.
נאו סיריעסלי, איך מיין דער שאלה באלאנגט פאר א דיין, וואס איז הארבער? לייגען א תהלים אויף דער ערד, אדער איבער געבען מיד ליד. עס וואלט אינטערסאנט געווען אהער צושלעפען א "ריעל" דיין, זיי לייענען דאך אלע וואס מיר שרייבען, זאל זיך יאווען אזא דיין, והוא יורה לנו את היתר והאיסור. עס קומט אפט פאר אז פרויען גייען נאך געלד און זיי האבען נישט א "פאקעטבוק" ווי אריין צוטוען דאס געלט. זאל דאס זיין די ערשטע שאלה. עס קומט מיר אויס היבש מאל אין ארבייט, עס קומט אריין א פרוי און ווייסט נישט אז מיר טארען נישט גיבען די האנד. בדיעבד מיז איך מיקל זיין משום חילול השם.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:40 |
|
| |
איך האלט אויך אז דו שאלה באלאנגט פאר א דיין.
מענין לענין באותו ענין:
אין א שמאלן דורכגאנג מיט מאראסטיגע ערד ביי די זייטן, און א מאן מיט א פרוי קומען זיך אקעגן, ווער ברויך אפטרעטן פאר וועם??
איך פאר מיר טרעט געווענליך אפ, פשוט ווייל אז מיין ראקאפארט וואכענדיגע סניקער, אדער אפילו מיין שבת'דיגע פלארשיים שיך וועט שמוציג ווערן וועט עס מיר קרענקען א בוידעם. דאקעגן אויב די היי היעל וואנעלי שיך וואס מ'האט הערשט געקויפט ביי עםענעם וועט זיך אריינשטעקן אין ס'מאראסט וועט דאך דאס גאנצע שטוב ליידן....
אבער וואס איז דער אמת? ווער ברויך אפטרעטן פאר וועם?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:04 |
|
| |
יענטאאש
דיין שאלה איז לכאורה נישט קיין הלכה'דיגע נאר א מענשטליכע, ממילא ווער עס האט מער מענטשליכקייט אין זיך וועט שנעלער אפטרעטן פארן צווייטן, און איך ווייס פון א חשובע פרוי וואס אפילו אין שטאט אויב עס איז דא אסאך מענטשן אויף די סיידוואלק וועט זי אראפגיין אויפן טראטואר און נישט ווארטן מען זאל איהר מאכן דאס פלאץ
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:07 |
|
| |
איך בין נישט קיין דייען, אבער איך וועל ברובירן אריינצו ווארפן מיינע צוויי גרייצער.
לגבי די ערשטע שאלה, זעה איך נישט קיין בראבלעם אויב מען לייגט דאס אראפ בדרך כבוד, וויפיל מאל קומט אויס אין שטוב אז מען לייגט אראפ אויפן פאדלאגע ספרים, צו אין ספרים געשעפט, ספרים ווערן נישט באליידיגט, עס איז נאר נישט קיין כבוד התורה, אבער אז מען לייגט דאס בדרך כבוד זעה איך נישט קיין פראבלעם (ספעציעל ווען מען טוט דאס זיך צו אפהיטן פון עפעס וואס דו תורה לאזט נישט טאן.
און לגבי די צווייטע שאלה, קלער איך מיט מיין דעת בעה"ב, אז א פרוי האט נישט קיין איסור פון איבערגעבן פאר א מאן, גראדע און גמרא זעה איך נישט קיין חילוק, די לשון "יד ליד" איז משמע ביידע, אבער אזוי מיין איך איז אנגענומען, די זעלבע זאך איז מיט אנרירן א מאן, איז הארבער דעם מאנפערזאן זייט, קומט אויס אז עס איז מוטל אויפן מאנספערזאן זיך אפריקן ענדערש ווי די פרוי.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:12 |
|
| |
יענטאאש: וואסי מיט דיר, נשתכחה ממך ההלכה? האסט פארגעסן די ברייט באקאנטע האלאכע פון: ליידיס פוירסט?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:16 |
|
| |
זארעעעעככחחחח;
זיכער געדענק איך די האלוחע פון ליידית ףערסת, מיין שאלה איז נאר צו פוירסט אפצוטרעטן אדער פוירסט נישט אפצוטרעטן....... וועדויק.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:26 |
|
| |
יענטאאש: כ'בין געשאקט. כ'פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען נעמען אזא פאשעטע הלאכע און דאס אויסדרייען. ביסטעך ממש א מעגאלע פאנים שעלוי כעהאלאכע כערמאנעצלאן שעמשמרייני.
האסט שוין געהערט אמאל אזאנס אין אמעריטשקע, אז א 'ליידי' זאל זיך פאר דיר ריקן, ווייל זי איז פוירסט זיך צו ריקן...?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:30 |
|
| |
זארעכ;
נו וואדע האב איך שוין געהערט אז א ליידי זאל זיך פאר מיר רוקן...... ווען עס קומט צום ארויסטראגן די גארבעדזש רוקט זי זיך שטענדיג אפ פאר מיר....... גראדע ביים שלעפן אנדערע זאכן טרעט זי אויך געווענליך אפ פאר מיר....
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 04:54 |
|
| |
ווי איך געדענק איז אזוי. מען טאר נישט איבער געבן פאר א פרוי אין די האנט כדי צו קענען הנאה האבן דערפון.
איבער א שמאלע דורכגאנג האב איך אמאל געהערט פון איינעם, נישט א דיין, אז עס שטייט כל כבודה בת מלך פנומה, פרויען האבן זיך נישט וואס צו דרייען אויפן גאס, און אז עס מאכט זיך א וויכטיגע זאך, איז זיכער אז די מאן דארף קודם גיין, ווייל עס איז דאך זיין גאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:03 |
|
| |
וועגן אזעלכע סיטואציעס שטייט שוין לאנג געשריבן "על זאת יתפלל כל חסיד רק לשטף מים רבים אליו
לא יגיעו". ס'מיינט אז א חסיד בעט דעם אויבערשטען ער זאל אים אפהיטן פון אזעלכע דעבאקלען.
אבער למעשה וואלט איך יא גענומען די תהלים'ס פון אירע הענט. וואסידען?
וועגן אפטרעטן ווענדט זיך וועלכע שיך איך / זי האבן און אויב זי שטופט א וועגעלע. א וועגעלע
קומט אלס קודם. מ'קען נישט שטופן א קערידזש אין בלאטע. ממילא אויב זי שטופט א קערידזש האט זי
די רייט אף וועי. ווידער אויב זי גייט אליין און איך טראג מיינע פלארשיים'ס און זי טראגט די
גע'אסר'טע ווייסע סניקערס איז אוודאי און אוודאי אז זי דארף אפרעטן. אויב אבער טראגט זי
מאנאלא בלאניקס און איך די גראבע ארבעט שיך איז פארקערט. גיי איך אראפ פאר איר. די דילעמא איז
נאר אויב איך טראג די פלארשיימ'ס אויפ'ן וועג צו א שמחה און זי טראגט די בלאניקס מיט היי
הילס. אין אזא פאל בלייבט מען שטיין. און ווער ס'איז שטערקער געווינט.
נכתב לא למעשה ולא להלכה. וכ"א ינהג כפי שקבל מאבותיו נ"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:20 |
|
| |
שלמה_זלמן;
וואס טוט זיך אויב דו טראגסט די ברוינע ארבייט שיך און זי די גע'אסר'טע ווייסע סניקער? אדער אויב דו גייסט מיט א גע'אסר'טן קאלירפולן סעלפאון און זי די גע'אסר'טע סניקער?? אדער אויב דו האסט די גע'אסר'טע סעלפאון מיט פלארשיים שיך און זי האט די כשר'ע סעלפאון מיט היי היעל פיטער קייזער שיך אבער מיט א באגעבו קערידזש??......
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:30 |
|
| |
יענטאאש. דער כלל איז אזוי ווי כ'האב געזאגט פריער. און דאס איז דער עלטסטער כלל אין די
עוואלוציע: נאר די שטארקע בלייבן (ONLY THE FITTEST SURVIVE). שטיי גענוג לאנג אינעם דורכגאנג
און זי וועט זיך שיינערייט אראפרוקן מיט אירע קייזער היי הילס...
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 08:17 |
|
| |
עווריזש;
דער טעם האיסור פון איבערגעבן מיד ליד איז וועגן הסתכלות, דארט וואו ער איז נישט מכוון לשם הסתכלות איז לכאורה גרינגער. און בכלל איז די לשון הגמרא נישט לאיסור נאר כדלהלן: המרצה מעות מידו ליד אישה כדי להסתכל עליה לא ינקה מדינה של גיהנם. לגבי אראפלייגן ספרים אויף דער ערד, אויב איז עס נישט דרך בזיון איז נישטא קיין פראבלעם לכאורה.
נאטורליך;
טאקע צוליב "קידוש\חילול השם" ווייס איך פון אומצאליגע פעלער וואס דער תורה'דיגער מאנספערזאן האט זייער שיין מסביר געווען פאר די ערלית אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו 'שעיקן הענדס' מיט א פרוי צוליב די נאכווייען וואס קען חלילה גורם זיין. זי האט דאס גאר גערן אנגענומען אנשטאט ארויסווייזן אנטוישטקייט. כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.
זארעכ;
שלום עליכם.
יענטאאש;
איך האב מיר נאך קיינמאל נישט באגעגענט מיט אזא שאלה, ווייל אין שטאט איז נישטא קיין שמאלע וועגן מיט מאראסט ביי די זייט.
תוקן על ידי - kraitchmer - 13/06/2006 16:19:47
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 17:55 |
|
| |
זי וואלט געדארפט אליין אריין גיין אין אוהל און אריין לייגן די תהילים'ס אין שאנק
|
|
|
|
|