קרעמער ישר כח. כ'האב זיך היינט פארטאגס דערמאנט אז כ'האב זונטאג איבערגעלאזט דא א פרידא טובה, יעצט טשעק איך אויס זעה איך אז די ת"ח האבן זיך צוזאלאזט, און איך ווייס נישט ווי צו אנהייבן און ווי צו ענדיגן.
שלמה זלמן: ס'איז נישט אז איך האב זיך אפגעזאגט צו נעמען; זי האט זיך אפגעזאגט צו געבן. זי האט געהאנדערלט UNILATERALLY.
אויף מרצה זיין מעות, אזוי ווי משנה למלך האט שוין באריריט, זאגט די גמרא דאס לשון "בשביל שיסתכל בה" ס'טייטשט ער טוט דאס פאר הנאה. דערפאר ביי מיר אין שטיב, כאטש כ'האב איינגעפירט אז מ'גיבט נישט גלייב איבער, דאך איז דאס א "שיינע זאך", אבער נישט אבסעלוט.
רייכן די האנט, איז שוין, אין מיין מיינונג אנדערש, ס'איז געצילט אויף צו צייגן, IT''S NICE MEETING YOU, און דארט שטעל איך זיך יא, ביי הוק אר ביי קרוט.
ס'קומט מיר אויס כמעט יעדן טאג זיך צוטרעפן מיט פרויען. איך מאך זיכער, נאך ביים סקעדשולינג, צו זאגן:
Although we do have great respect for every human being, but, purely as a religious rule; we don't do cross-gender hand shake.
טו מאטש אפ מיי סופרייז, האב איך שוין געטראפן אזאנע וואס זיינען נישט באהאווענט געווען מיט די מנהג, אבער קיינמאל, NEVER EVER, האט עמיצער געהאט א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, אין א שמועס מיט אייניגע פרויען האב איך אמאל זיי מסביר געווען אז די מנהג, אין א געוויסע זין, איז אהערגעשטעלט כדי צו היטן אויף די פרויען'ס זעלבסשטענדיקייט. און ווער נאך ווי א גוי'אישע פרוי האט אזוי גיט פארשטיינען די באדייט?...
דרך אגב, שלמה זלמן, מיט א שטיק צייט צוריק, האב איך געזעהן א תשובה פון א היינטיגער רב, ווי ער איז זיך מטפל אפצוווענדן א היתר פון "שלמה קארלבאך" אז משום כבוד הבריות טאר מען נישט אפזאגן ווען א פרוי שטרעקט אויס די האנט.
לויט וויפיל ס'איז מיר היינט באקאנט איבער שלמה קארלבאך, ווייס איך נישט צו די היתר איז כבוד הבריות אדער הנאת הברית.... ליינט אין די אויבנדערמאנטע לינק די פאראגראף:
When he asked her to show him around the camp, Rachel says she felt, "what an honor [it was] to be alone with this great man."
 |
|
|