וואס טיט איר ווען איר האט אפאר אויסגעקראצטע מיניטן אין איר געט א מאך אויף "היימעשע קרעטשמע" אין ווי
א פארסמטע מויז לויפט אייער בעל הבית אריין אין שרייט:
יאנקל, ווי לאנג נאך וועסטע לאזן א קאסטאמער ווארטן. שוין דריי מאל פראביר איך אים צי בארויגען אז מסטמא ביזטי גיט פארנימען אין וועסט אים ציריקריפן אין א נאנטע געלעגנהייט......
אין דאן געט ער א בליק אויפן קאמפוטער אין פארשטייט שוין אלעס.
וויאזוי געט מען זיך אזא דריי ארויס? הא
מקראצט זיך דאס ווארצל, נע ס'וועט גארנישט העלפן!
ביטע גיבט מיר אן עצה!
נשלח ב-12/6/2006 20:22
סיגייט נישט אזוי, יענקל נאך איינמאל איך זעה דיר אויף היידפארק ביסטו געפייערט, מילא ווען דו פארציילסט דאס נישט פאר יעדעם וואלט איך דיר נאך מוחל געווען, אבער אזאנס? נאו מאר.
נשלח ב-12/6/2006 20:32
יא סאכדעס, און מיר רעד איין אז יענקל איז גוט פארנומען!
איך קען קויפן די זעלבע סעלפאון ביי א צווייטן אויך! עס איז דא גענוג סטארס!
אזא סערוויס האב איך אינערגעץ נישט באגעגענט
נשלח ב-12/6/2006 20:35
סאכדעס סאכדעס,
מיין בעל הבית איז פין אן אנדערע טייג געקנויטן ער ווייסט אפילו נישט וואס הייד פארק איז (ער איז פין דע מין וואס לייגט אריין א שליסל אין אויער דאס צי רייניגען)
סאכדעסל, ווען די וואלסט געוועהן מיין בעל הבית וואלט איך אסאך בעסער געשטאנען.
נשלח ב-12/6/2006 21:21
ווארצל'ע זיסער, דו מיינסט איך בין טאקע אזא נאר? איך ווייס נישט וואס הייד פארק איז? איך האב שוין איינגעקנעטן פאר א לאנגע צייט צוריק, נישט איצט
נשלח ב-12/6/2006 21:28
גיט. אז די ביזט יא מיין בעל הבית ביטע גיב מיר א גרעסערן געהאלט סוף וואך. כ'וועל דיר שיין אויסרימען!
כ'בין נישט אזא פוילע ווארצל ווי די מיינסט!!!
נשלח ב-12/6/2006 21:43
כאב דיר שוין פון לאנג געזאגט וואס דו האסט צו טוהן כדי צו באקומען א רעיס, ווען דו וועסט דאס ענדיגן, עסטו באקומען א רעיס. אוקיי?
נשלח ב-12/6/2006 22:33
סאכדאס איך בין נישט דא זיך צי קריגן מיט אייך אבער טאמער סוף וואך איז נישט דא עפעס א פארבעסערונג אין מיין אויסגעדארטע טשעק וועל איך אנפאנגן ארויסגעבן סודות פין חדר. זאלסט נישט זאגן אז איך האב דיך נישט געווארנט!!!!!!!!!!!!
נשלח ב-13/6/2006 01:14
סאכדעס;
איך וואלט דיך געראטן דו זאלסט פון דעם 'ווארצל' פטור ווערן ווי שנעלער, איין שלעכטער ווארצל קען חרוב מאכן א גאנצע ביזנעס......
נשלח ב-13/6/2006 05:07
ווארצל. אויב דו ווילסט נאך אנהאלטן דיין דזשאב דעמאלס זאג דיין באס אז דו גייסט דאס מער נישט
טון און טוה עס טאקע נישט. א דזשאב איז וויכטיגער ווי טשעט'ן. מיין באס האט מיר אמאל געכאפט
טשעט'ן און ס'האט נישט געטויגט. כ'האב געמוזט אויפהערן און ס'איז געווען זייער זייער שווער
וד"ל ואכמ"ל ה"י הל"ת וכו' וכו'
שלמה זלמן