| נשלח ב-13/6/2006 02:03 |
|
| |
מזל טוב קרעמער! אריבער 3000 תגובות!!
מזל טוב!
בשם כל הקהל ווילן מיר וואונטשן א הארציגן מזל טוב פאר אונזער אלעמענס באליבטער 'קרעמער' שליט"א, דער בעסטער, געשמאקסטער, און תוכנ'פולסטער שרייבער אין די קרעטשמע. לרגל וואס ער האט דערגרייכט אריבער 3000 תגובות כן ירבו, כה יתן וכה יוסיף!!
בחדא מחתא ווילן מיר דא אויסדריקן א הערצליכן דאנק פאר אונזער געטרייער קרעמער, וואס איז פאר אונז אלעמאל דא משמח צו זיין און אויפצולעבן. וואס ווי מען קען זען איז טאקע רוב רבם פון זיינע תגובות דא ביי אונז אין די קרעטמשמע.
באזונדער שטייט ער אונז צו הילף צו זיין על המשמר צו היטן און אכטונג געבן אויף די קרעטשמע אז אלעס זאל זיין על צד היותר ברוחניות ובגשמיות. א ספעציעלן דאנק אייך קרעמער.
זאל דער אייבירשטער דיר העלפן דו זאלסט ווייטער קענען משמח זיין אידישע קינדער א גאנץ לעבן.
באזונדער וויל איך דיר מיין טרייער פריינד פריוואט אפגעבן א הארציגן מזל טוב מעומקא דליבא, דער אייבירשטער זאל דיר העלפן שטענדיג מיט הצלה ברוחניות ובגשמיות.
מזל טוב!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:12 |
|
| |
איך בין איבערגענומען פון עמאציע זעהנדיג דעם אויסברוך פון גוטע וואונטשן פון גוטע פריינט געוואנדן אין מיין ריכטונג, ובפרט מיין איבערגעגעבענער ידיד דער ראש הקהל מר. יענטאאש ירום הודו (ביי תגובה #4,000 וועל איך אי"ה באשרייבן אונזער ערשטע טעלעפאן געשפרעך...).
איך האף אז איך האב מצליח געווען צו דערפרייען עטליכע אידן במשך די כמעט-יאר לאנגע תקופה וואס איך שרייב שוין דא אין קרעטשמע טאג איין טאג אויס (מיט געציילטע אפוועזנהייטן צוליב אויסערארדנטליכע סיבות).
און איך האף אי"ה זיך ווייטער צו דרייען דא צווישן די ווענט פונעם קרעטשמע ווילאנג די אומשטענדן וועלן ערלויבן.
אייער גוטער פריינט, קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:32 |
|
| |
מאזעלטאוו, מאזעלטאוו, צו קרעמער צו די דריי-טויזנטסטע טעגיווע.
זעט זיך אויס אז דו האסט צען מאל מער צייט ווי זארעכ, ווייל זארעכ האלט אינגאנצן ביי די דריי הונדערטסטע...
גלייב מיר, העט איך געווען געהאט מער צייט, וואלט איך ווען אפגעשריבן אזאנס און אזעלעכס לכבוד די סעלעבריישן סערעמאני, פשוט ווייל איך בין פון די אמאליגע באזוכערס וואס געדענקען נאר דעם אלטן שענקער, בעת ער איז ארויפגעקומען אויף די ארענע. אנגעהויבן מיט די לאנגע ארטיקלען און אפהאנלונגען, וואס פלעגט לויפן טעגליך, און אזוי ווייטער מיט פאפולערע ק.נ.א. סטעישאן וואס האט אנגעהאלטן פאר א וויילע, וכו' וכו'.
נאר וואס דען? פארוואס טאקען נישט? ווייל איך האב צען מאל ווייניגער צייט ווי אונזער חתן-קרעטשמער, וועלכער סעלעברייט דא דעם היינטיגן אווענט מיט זיין דריי טויזנטסטע טעגיווע, עד ביעס האגויעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:37 |
|
| |
מזל טוב לכבוד ידידינו היקר והנחמד ר' קרעמער
ער טוט דערקוויקען אונזערע דורשטיגע זעהלער טאג און נאכט, מיט זיין זעלטען רייכע פענע, מלא תוכן מלא הומאר מלא חן. בלי שום תשלום גמול האט ער גענומען אויף זיך די אויפגאבע כי לו נאה ולו יאה זאל אים השי"ת געבען אסאך פרנסה גרינגערהייט, ער זאלען קענען מהנה זיין אומגעשטערט. מיט אלעם גיטען וואס ער ווינשט זיך אליין, בשיבה דשנים ורעננים.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:57 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב
מא נוימער אומא נעדאבער
וועל איך טאקע נישט מער ווי אפגעבן א דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטער שרייבער און געוועזענער ארענדער (און היינטיגער קרעטשמער) פארן מהנה זיין דעם עולם מיט די אינטערעסאנטע אינהאלטספולע שמייכעלדיגע און ערנסטע תוכנ'דיגע מאמרים, אין אלע צייטן זומער און ווינטער, און געזעהן אז אלעס זאל קלאפן און יעדער זאל זיך פיהלען באקוועם און אנגענעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט שטענדיג קענען משמח זיין אידישע קינדער און אין דער זעלבער צייט פרנסה בריוח געזונט און נחת.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:58 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט קענען מחיה זיין אידישע קינדער ביז די הונדערט און צוואנציג.
ביי די וועי, איך וויל זייער שטארק הערן איבער דיין ערשטן געשפרעך מיטן ראש הקהל (מיט מיר וויל ער נישט רעדן, אפילו נישט אויף גאאגל), האב איך געקלערט איבער אן המצאה, אז איך זאל גיין ציילן אלע אנדערע ניקים וואס איך ווייס (אפשר אויך דיעזע וואס איך האלט) אז עס באלאנגט צו דיר, און עס דא ארויפלייגן, און אויב עס איז פיר טויזענט וועסטו מוזן ארויסגעבן די סודות.
שוין, איך וועל טראכטן דערוועגן, דער עיקר איז, אז דו זאלסט וויסן אז מיר אלע שעצן דא דיינע כוחות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 07:09 |
|
| |
מזל טוב הרב קרעמער שליט"א...
אין זכות פון מחי'ה זיין הונדערטער טעגליך וועלעכע קומען אריין אין א שווערע מינוט אין קרעטשמע אין כאפן א בליק אויף דיינע געשמאקע תגובות זאלסטו זוכה זיין מיט אלעם גוטן..
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 07:11 |
|
| |
מזל טוב....
ראביי קרעמער
KEEP UP!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 07:15 |
|
| |
עס אומגלויבליך אבער דאך א פאקט אז צווישן אלע שרייבער אונעם הייד פארק איז כמעט נישט דא צוגעפונען אזא געשמאקע תוכן'פולע זאפטיגע שרייבער ווי ר' קרעמער...
איך שרייב דא נישט קיין סאך אבער ליינען ליין איך 3 מאל א טאג ערליך מקען זאגן אז דיין פענע אריינגעמישט ערליכקייט אין פיינקייט איז אומגלויבליך...
אין דעם זכות פון מהנה זיין יודן אויף א כשר'ן אופן זאלסטו זוכה זיין צו אלעס וואס די ברויכסט ..
הצלחה
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 08:29 |
|
| |
מזל טוב קרעמער!!!!!
איך וויל נישט זאגן צו דו ביסט מ.ב. צו נישט, ווייל איך וויל
נישט מצער זיין אנדערע אידן... שפענציעל האב איך הנאה הנאה געהאט פון דיין לעצטע צוויי
תגובות עס האט באשטעטיגט וואס דו האסט מיר געלייקענט אין אישי.
"געבענטשט זענען
דו הענט וואס טוען אליינס..."
תוקן על ידי - שנאפס - 13/06/2006 8:36:01
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 08:39 |
|
| |
מזל טוב,
תוקן על ידי - משנה_למלך - 13/06/2006 8:41:19
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 08:46 |
|
| |
מזל טוב !!
געבענטשט זאלסטו זיין!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 12:07 |
|
| |
מזל טוב, מזל טוב.
עלה והצלח,
איך שרייב אויך אין נאמען פון מיינע אנדערע ניק'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 15:56 |
|
| |
!!!!!!!! CONGRATULATIONS 3000 HITS
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 16:32 |
|
| |
יישר כח פאר אלע ווארעם וואונטשער! אי"ה ביי אייך אויף (עכטע) שמחות.
שנאפס; לא זכיתי להבין עומק דבריך, נא להסביר (דא אדער אין אישית).
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 17:53 |
|
| |
מזל טוב מזל טוב
דער אייבישטער זאל העלפן אז איבער יאר זאלסטו האלטן ביי 9000
|
|
|
|
|