איך האב נישט געוואוסט אז דו טויגסט צו קאנטראקטינג, איך מיין אז דו וועסט טאקע זיין דער מענעדזשער ביים איבערבויען.
נשלח ב-13/6/2006 23:11
איין קליינע ענדערוינג אין די פלענער ביטע,
אזויווי איך בין רינדעכיג וועל איך האבן א קליינטשיגע אפיס'ל אויבן אויפן בוידעם אין איך וועל זיך ארים דרייען אין זעהן אויב אלעס גייט כשורה. איך וועל אויף פאסן ווער עס גנב'ט מילך פין די קאווע שטיבל אדער א האנטוך פין די מקוה. איך וועל זעהן ווער עס טשעפעט מיט די טויטע אין ווער עס האט פארבינדונגן מיט די מוסרים. די גאנצע זאך וועט בלייבן בסוד צווישן מיר אין די מנהל אזוי אז קיינער זאל דערפין נישט געוואר ווערן.
נשלח ב-13/6/2006 23:22
איך האב שוין גענומען מיינע זאכן, און איך האב שוין אריין געלייגט אכט הונדערט דאללער אין מיין טאש.
איך וועל זיין א הולך רכיל ומגלה סוד, אז מיט א קורצע צייט צוריק האט אונזער ידיד ר' יגר'ל פארטרויעט דעם פין-נומער פון זיין ניק פאר איינעם-צוויי פון די קרעטשמע מיטגלידער, און איך האב זיך דערשראקן אז דאס איז עס... געענדיגט מיט אים, מיר וועלן מער נישט האבן די זכיה צו הערן פונעם אריגינעלן "יגרסהדותא".
אבער ברוך ה' אז היינט האבן מיר די זכיה געהאט עטליכע מאל צו הערן דברות קודש, אריגיענעלע בא'טעמ'טע שמועסן און געדאנקן פון אונזער אלטער ידיד הרב "יגרסהדותא", וועלכער האט זיך צוריקגעקערט מיטן פולן פראכט, במלא יפיו והדרו.
סאכדעס, דאס הייסט פארציילט? ווער ווי דו ווייסט פון וויפיל זאכן איך האב בכלל נישט גערעדט, אבער אויב שוין באקומען דעם פסק, לאמיר נישט מאכן דאס גענאר דערפון, איך וועל אלעס פארציילן אזוי וועט האבן דיין קריטיק מער פשט...
יענטאש, ס'איז נישט שיין צו רעדן צום ציבור פון "אונזער" אפיס, קהל'ס לאנטש רום, אונזער קאבינעט קלאזעט, אוודאי וועלן מיר דאס האבן, דו מיינסט מיר האבן דאס פארגעסן, די גאנצע קרעטשמע וועט נאר זיין א "קנעפל פונעם רעקל" פון וואס "קהל" וועט פארמאגן, זארג נישט מיין קינד.
יעצט צוריק צו די פלענער:
ס'איז נאך אינטערן פראגע צייכן צו מ'זאל לייגן א גרעסערן דגוש אויפן קאווע שטיבל צו אויפן גמ"ח שטיבל. לאמיר דאס ברייטער אויסשמועסן. און מיר ווארטן צו הערן פונעם ציבור, יעדעס ווארט יעדע הערה איז זייער וויכטיג, די גרעסטע ראיה דערצו, זייטס נישט סורפרייזט, אבער איין שטיבל געבן מיר אוועק פארדעם! מער אינעווייניג צווישן דעם פאקסי-פאפ צימער און טשוקלעד-רום איז אין פלאן צו האבן א שטוב מיט 16 ווענט! פאנטינגאן וועט זיך פארדעם פארשטעקן. דער צימער וועט זיין אך ורק צו קענען רעדן צו די ווענט!! יעדער וואס האט א מיינונג וועט זיך דארט קענען אויסרעדן ווי א ניק צום מנהל, א קינד צום טאטן, און ווי מיין ווייב צו מיר..
ווי יעדער פארשטייט אליין, מיט אלעס וואס מיר פלאנען צו בויען מוז דאס נאך בלייבן א קרעטשמע!! א שווערע בחינה, ממש ווי שבור את החביות ושמור יינה, פסיק רישא ולא ימות, שטעלט אייך פאר נאכן אריינלייגן די 26 מיליאן דאלער וואס אזא פראדזשעקט קען אפקאסטן (דאס איז נאך אנעם בית החיים... נאר הערנדיג וויפיל דער ביה"ח קען קאסטן קען מען זיך פון דעם אליין אויסשטרעקן...) און דערנאך וועט מען זיך טרעפן מיט א בנין "היימישע שטותים"... נאר נישט דאס! ס'מוז בלייבן א קרעטשמע, און דאס איז געווען איינע פון די שווערסטע זאכן וואס מיר האבן געהאט מיטן ארכיטעקטער, אים מסביר צו זיין אז עכט חסידישע יודן "יונגעלייט מיט שיך און זאקן" [ס'איז מיר געפאָלן דעם אויסדרוק, פארפאלן..) האבן ליב א קרעטשמע!!
איז געווען די שאלה, ווי פארברענגן חסידישע יודן מער, אין קאווע שטיבל אדער אינעם גמ"ח?? נו האט מען אראפגעשטעלט א יונגערמאן מיט א תהלים'ל אין די הענד, פאר $8 דאלער א שעה, איין טאג דא און איין טאג דארט, און מיר האבן נעכטן נאכט געהאט די רעזולטאטן.
ער זאגט, אז אין גמ"ח שפאצירט מען מער, אבער, זאגט ער מיט אראפגעלאזטע מינע, דאס האט א הסבר, ווייל ביים גמ"ח קומט מען נאכאמאל אריין צוריקברענגן די געלט, משא"כ די קאווע גלעזל בלייבט אויפן טיש אינעם היכל/ביהמ"ד!!
אין איין ווארט, מיר קענען נישט בויען די קרעטשמע פאר מיר ווייסן נישט וואס דאס איז...
*
די טעוועלעך אויפן בנין.
אויפן הויפט אריינגאנג וועט לכאורה שטיין די ווערטער:
תוקן על ידי - יגרסהדותא - 14/06/2006 17:42:55
נשלח ב-15/6/2006 08:01
יגר, מוראדיג מוראדיג
charming !!! my darling...
איין קליינע הערה, פון די 'מקוה' האט מען אינגאנצן פארגעסן ? ווי קען דאס זיין רבוש"ע ?! חסידישע יונגעלייט, מיט קורצע הויזן און האלבע שיך, און גארנישט ? אן א מקוה ?.... מיין סוזשעסציע איז אויף צפון זייט, ביזדערווייל האט מען דאך נאר גערעדט פון דרום זייט, נו , זאל אויף צפון זייט געבויט ווערן די מקוה.
קרעמער;
איך הייב אן טראכטן אויב האט ער פארטרויט זיין פעסווארד פאר אנדערע... איז דאס גארנישט יגרל'ס.........
יענטאאש;
דו רעדסט אזוי גרויס פון קהל'ס שטיבל, און וואס טוט זיך מיטן שמש שטיבל פאר יאנאש'ן, הא ? מאך עס נעקסט צו די מקוה וועט ער זיין נאנט צו די שויער'ס. אולי ...
אזוי ווי איך זעה דא, אז כולם פה אחד, יעדער איז מסכים, יעדער באשטייט, יעדער שטימט צו, אז דער מצב דא אין קרעטמשע איז עפעס אומדערטרעגליך, האב איך דעריבער אין תחילת נישט געוואלט ארויסזאגן מיין מיינונג און אפגעבן מיין שטומע. און פארוואס טאקע נישט? בין איך דען נישט פונקט אזוי בארעכטיגט אפצוגעבן מיין שטומע ווי די אנדערע תושבים דא אין דארף? און איבערהויפט אצינד ווען די הנהלה פארלאנגט דאס און וויל בדייקא יא הערן איטליכערס מיינונג בנוגע דאס איבערבויען? די סיבות דערפאר זענען עטליכע: 1] פשוט איך וויל נישט זיין קיין "אשר קרך", איך זעה ווי די איינוואוינער דא אין דערפל זענען אזוי ווארים דערצו, אזש דער עולם איז אריין אין אן עקסטאז און ס'גיסט זיך שוין די מליונען פון די קעשענעס, איז וואס עפעס זאל איך סתם אזוי קומען און פארדרייען קאפ? 2] בין איך דאך פון נאטור אויס א שטילער, א צוריק געצויגענער, און ווי די טבע פון די סארט מענטשן אז זיי פארלאזן אלעמאל אויף די געטרייע הנהלה, אויף די מסירעס נעיפעשדיגע טובי הקהל וועלכע ארבעטן לטובתינו מיט איבערמידליכע כוחות הגוף והנפש, איז דעריבער אויב האט קהל באשלאסן אז מ'דארף איבערבויען טא מה נענה אבתרי'? כ'גלויב בנאמנות אז די געטרייע ראשי קהלה ווייסן וואס זיי טוען און איך פארלאז מיך אויף זיי מיטן גאנצן נאמנות! און זיי ווייסן דאס אויך גאנץ גוט...
נאר וואדען? וואס פלוצים האט מיר געברענגט אז איך זאל ברעכן מיין שטילקייט? פארוואס דאס מאל אנדערש ווי געווענדליך האב איך גענומען א באשלוס צו טוען פארקערט פון מיין נאטור? דער תי' דערויף איז, תמכתי יתידותי - כ'האב זיך אנגעכאפט אין די ווערטער פונעם חכם מכל האדם אין די קהלת מגילה, וואס איז עומד וצווח, ס'שטייט און ס'שרייט, ס'מאנט און ס'פאדערט, "עת לדבר". ס'קומט אמאל א צייט וואס א מענטש - טראץ וואס זיין נאטור ערלויבט אים דאס נישט ווייל ער איז פון נאטור אויס א שווייגעדיגער - אבער קומט אמאל א צייט וואס מען מוז יא רעדן, ס'נישט דא קיין צוויי ברירות.
די פראגע שטעלט זיך נאר, פון וואו ווייס איך אז יעצט איז טאקע געקומען דער "עת לדבר"? ווער האט מיר דאס געמאלדן אז דער עת לדבר איז סובב והולך אויפן איצטיגן נושא? צו האב איך דען דאס געהערט בנבואה אדער בחלום?, צו גאר א גילוי אלי', אדער וואס? ניין! בפירוש נישט!, טא וואס יא? די נאטור מיינע...!, אז אויב פון נאטור אויס בין איך דאס פארקערטע און דא פלוצים האט מיר אנגעהויבן פאדערן אז איך מוז נעמען א שטעלונג, ממש להיפך פון מיין נאטור, אטא דאס איז דער גערעסטער גילוי אז אט יעצט איז טאקע דער זמן וואס דער חכם מכל האדם פאדערט פון מיר און ס'איז "עת לדבר".
וואס איך וויל פארשטיין איז:
1. איך שטיי און איך ווינדער זיך, רוב שעות פון טאג איז די קרעטשמע הערעמעטיש פארקלאפט, ס'באווייזט נישט קיין עובר ושב, קיין נפש חי' טרעט נישט אריין דא, יעדן מאנטיג און דאנערשטאג דארף מען ארויסשיקן הזמנות מיט הזכרות צו די איינוואוינער'ס אז מען זאל זיך קומען מזכיר זיין, און דא פלוצלינג זאגט ער מיר אז ס'איז ענג, מען שטייט צוזאמען געקוועטשט, וואו-וואס-ווען? אפשר צייגט איר מיר אן ווען און וואו עס האט שוין אזעלעכס פאסירט דא אין די קרעטשמע אז ס'נישט געווען קיין פלאץ?
2. לויט ווי איך ווייס איז די קרעטשמע אזא סארט קאמיוניקאציע אפאראט וועלכע ווערן באנוצט בלויז דורך הויכבאשפריצטע אגענטורן, אדער פון געוויסע עלעמענטן אדער אומשטענדן וואס ווילן זיך באהאלטן פון א גוט אויג..., מ'שטיינס געזאגט. כלומר, אזא סארט נישט פנים-אל-פנימדיגער גערעדעכטס, געשרייבאכטס, ווי אונזערע ברידער אונטערן אייזערנעם פארהאנג פלעגן זיך צנויפשפרעכן אויס מורא פאר די קעי. דזשעי. בי. סיגנאלן. א שטייגער ווען מען האט געוואלט מודיע זיין דעם חבר אז דארט און דארט ליגן באהאלטן א פאר תפילין וכדומה, האבן אלע אידן אין געגנט געוואוסט אז דארט און דארט, אויף דעם און דעם פלאץ, קען מען כסדר טרעפן א געהיימען איגרת'ל וועלכע צייגט אן פונקטליכע אינפארמאציע וואו די תפילין ליגן, וואו מ'זאל דאס טראגן דערנאך וכו'. דאס זעלביגע שפילט זיך אפ ביי אונז אין די קרעטשמע. קרעמער קומט אריין שרייבט אָן אַן איגרת'ל און פוצט אפ. א וויילע דערויף קומט סאכדעס, ליינט אים אפ און שמייסט אריין א תגובה און וילך-געגאנגען. וילך סאכדעס ויבא גרויזאמער און טוט לערך דאס זעלביגע, און אזוי דרייט זיך דאס רעדל אין קרעטשמע יום ויום. טא ווען איז קיין פלאץ נישט דא? איז דען שוין אמאל געווען אזאלעכיגעס אז אלע אלע איינוואוינערס, בלי שום יוצא מן הכלל, פון דארף זאלן זיך צונויפקומען בבת אחת אין די קרעטשמע אז ס'זאל קיין פלאץ נישט זיין? אתמהה.
3. און וואס בשייכות קהל'ס אפיס? איז אזוי, מער ווייניגער מיש איך זיך דאך נישט אריין, אבער אז ס'רעדט שוין רעדט זיך עס..., לדעתי, אפילו ווען קהל מיטינגט שוין יא, מיין איך אז דאס איז נישט אין די קרעטשמע. זיי קומען זיך געווענדליך צונויף ערגעץ וואו. דא אין די קרעטשמע קומען זיי נאר אלעמאל אן מיט א באשלוס, אדער צו פרעגן דעם עולם, אבער א מיטינג דא אין די קרעטשמע מאן דכר שמי'? וכך היא דרכה של עולם, האט איר שוין אמאל געזען א קהל מיטינגען אין בעסמעדרש? טא אויב אזוי קומט ווידער די פראגע: ס'נישט דא קיין פלאץ דא פאר מיטינגען?
4. וואס דריקט מיר יא איז: די פראגע פונעם 'בית עולם'. וואסי? איז אזוי, איך שפעקוליר צו דעם בית עולם דארף מען טאקע יא אויסברייטערן? לויט די ציפערן פון די אקטיווע באזוכערס איז טאקע נישט גענוג אונזער איצטיגער בית עולם? צו האלט איר טאקע אז דא פליסן אריין פרישע באזוכערס, אזש אויף אזוי ווייט אז דער איצטיגער בית עולם פארמאגט שוין טאקע נישט גענוג קרקע?
און צום שלוס, הרבה נשאר בקולמסי, איך וועל זיך דערווייל דא אפשטעלן, זעט אויס אצינד שפיר איך שוין דעם עת לשתוק, איז א סימן אז כ'דארף זיך שוין שטעלן... ועד כאן, אבער איין זאך:
הרב שמו שליט"א (ערשטע נאמען: הרוצה בעילום) טענה'ט אז אויפן ביה"ח מוז מען אויך האבן א פלאץ ווי צו האלטן משקאות. לפי שיטתו הערט מען נאך דארט ברימען... דאס צייגט אז עפעס לעבעדיגע זענען פערצופאל אהין אנגעקומען שלא בעונתם.