| נשלח ב-14/6/2006 00:06 |
|
| |
מיין ניק איז נישט קיין שטח הפקר
אינגאנצן באבלאזן, צוקאכט און צושטארעמט, פליק איך אויף די טירל פון מיין "ניק" יגרסהדותא, און איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער באו זרים און האבן דאס גענוצט
איך בין נישט מחיוב צו פארציילן די מעשה מיט אלע פרטים נישט על פי תורה און נישט על פי . .... ... [דער עולם מעג שוין אמאל אליינס מיטזינגן די קומענדיגע ווערטער, יעדער ווייסט סייווי וואס איך וויל זאגן...]
איז אזוי, א שטיק צייט האב איך מיך מנזר געווען פון הייד-פארק, מעסענדשער האב איך יא גענוצט, ווייזט מיר מיין חבר איין טאג אז ער פון מיר גערעדט אויף הייד-פארק, איך האב פארשטאנען פון זיינע ווערטער אז ער ווארט איך זאל אים עפעס דארט צוריקשרייבן, האב איך אים געזאגט, איך געב דיר דעם ניק מיטן סיסמא, אויב ווילסטו נישט בלייבן חוזק מיט דיין תגובה, שרייב עפעס צו אין מיין נאמען.
גייט דורך אפאר טעג, און איינהאלטן האב איך מיך שוין נישט צופיל געקענט, געב איך איבער דעם סיסמא פאר נאך איינעם
אפאר טעג שפעטער זאגט מיר א דריטער, אז ער זעהט מיין תגובה, און ער ווייסט שוין אפילו אז איך האב עס נישט געשריבן און ער ווייסט שוין די סיסמא
עניוועי, איך בין נישט אריין אין הייד-פארק אפילו צו טוישן די ניק, דאס האט אנגעהאלטן ביז היינט.
וואס איך וויל מיט די שורות, איז שארף און קורץ:
אלע תגובות פונעם נאמען יגרסהדותא פון די לעצטע דריי יאר איז בטל ומבוטל!!
ווער ס'האט געלאכט פון די תגובות, איז דאס זיין אייגענע פראבלעם ווער ס'האט זיך באליידיגט דערפון, זאל זאגן ראה עניי ועמלי צוזאמען מיט מיר
יגרסהדותא איז נישט קיין קעטשאפ מיט פינאט באטער!!!! ------------------ פאראכטן אויפן פארלאנג פונעם שרייבער.
תוקן על ידי - kraitchmer - 14/06/2006 4:46:47
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 02:00 |
|
| |
איך בין דער ערשטער אין די רייע זיך מודה ומתודה צו זיין אז איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, און ווען איך האב געהערט אז עס איז דא א ניק וואס איז כמו-הפקר, האב איך זיך צוגעכאפט דערצו, און אריינגעשמעטערט תגובות דערמיט איינס נאכן צווייטן.
וועל איך זיך טאקע מודה זיין אויך, אז די שטראף איז מיר גלייך נאכגעקומען, ווען איינער האט מיר פארטרויעט אז עפעס א גאנצע שמועס צווישן יענעם מיט יגר'ל, איז געווען צווישן יענעם און זיך אליין, יגר'ל האט גארנישט מיטגעהאלטן מיט די גאנצע עסק. נו, דאס הייסט א שטראף אויפן פלאץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 03:29 |
|
| |
איך בין דער צווייטער אין די רייע זיך צו איבערלייגן.
זאג נאר יגר'ל, איך בין געווען דער ערשטער אדער דער צווייטער פאר וועם דו האסט געגעבן דיין סיסמה?
תוקן על ידי - פענסטער - 14/06/2006 3:31:19
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 05:01 |
|
| |
אוי וויי, נאר נישט דאס.
ס'איז 10:00 אזייגער ביינאכט, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזא צייט דא, איך שפיר אבער אן אחריות איבערצוגעבן לכל מאן דבעי.
איך בין דער וואס האט ארויסגעגעבן דעם סיסמא, און געזאגט פאר זיי אז זיי קענען שרייבן "וואס זיי ווילן", אויב טענות איז דאס נאר אויף מיר.
איך האב געבעטן פון די מנהל צו פאררעכטן מיין תגובה, א יישר כח פאר אים, איך זעה ס'איז שוין געטוהן. קיינער דארף זיך נישט איבערלייגן, חלילה לי צו פארלאנגן אזא זאך.
וואס יא, איך בין געווען אביסל אנטוישט, [נישט אויפגברויזט, פארשטורעמט, סתם אביסל בייז] אז מיין ניק איז גענוצט געווארן צו זאגן אז דער פורום האלט ביים שטארבן, און זיך צו רייבן איינער מיטן צווייטן.
אבער איך בין דער וואס האט דאס ארויסגעגעבן, און איך בין נישט ברוגז.
א גוטע נאכט, און זיסע חלומות, פאר אלע מיינע פריינד.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 05:32 |
|
| |
יגר'ל;
דאס אז דער פורום האלט ביים שטארבן, האב איך ליידער געשריבן אין דיין ניק'ס נאמען (אויך מיר א באגריף... דיין ניק'ס נאמען!), ווען איך האב איין שיינעם טאג באמערקט אז דער פורום איז טויט ווי די כפרות ערב יום כיפור פינעף נאך זיבן, און איך האב געדענקט (געקלערט) אז דו וואלסט אין אזא פאל זיך גענומען שיסן פיילן אויפן עולם מען זאל זיך נעמען שרייבן, האב איך נאר געטאן וואס איך האב געדענקט פאר ריכטיג, ואתך הסליחה.
|
|
|
|
|