| נשלח ב-14/6/2006 01:51 |
|
| |
העבר אין
וואס איז געווען איז געווען וואס איז געשעהן איז געשעהן פאר איבער הונדערט טאלער פאראכטן דעם פראבלעם, איי איי איי וואס היינט האט זיך דא אפגעטוהן, אקיצער די חבירים פון היידפארק זענען מיר געשטאנען צו די רעכטע האנט, און איצט איז די קאמפיוטער פאראכטן על צד היותר טוב, בעסער וואו איר קענט זיך פארשטעלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 02:06 |
|
| |
כדי יענטאאש זאל זיך נישט אויפרעגן אויף דעם אשכול וואס רעדט פון פריוואטע פאליטיק צווישן צוויי אדער מערערע פון די קרעטשמע מעמבערס, וועל איך אביסל מסביר זיין וואס דא גייט פאר:
די קאמפיוטער פונעם דאיען האט זיך עפעס צובראכן היינט (קען זיין א דאנק די נייע וויירוס וואס יאהו האט פארעפנטליכט היינט), האט זיך דער דאיען געמאלדן צו מיר - פארשטייט זיך דורך זיין אונטערשמש סאכדעס - און געבעטן דעם טעלעפאנישן נומער פון "סושי123" וועלכער איז מיר צוהילף געקומען ווען - נישט מער געדאכט - איך האב געהאט א צרה מיטן קאמפיוטער.
פארשטייט זיך אז קרעמער וועט נישט ארויסגעבן די אידענטיטעט אדער טעלעפאן נומער פון איינעם פון די "אנשי שלומינו", האב איך אים פארגעשלאגן אז ער זאל אנרופן "פארברענגן" וועמען דער דאיען קען שוין היינט צוטאג, און זאל פון אים בעטן די נומערן פון זיין גוטן פריינט "סושי123".
האט דאך אבער דער דאיען נישט דעם אנשי שלומינו טעלעפאן ביכל וואס איך האב, האב איך אים ארויסגעגעבן די נומער פון "פארברענגן" (מיט וועמען ער האט שוין אסאך גערעדט אין די פארגאנגנהייט, נאר האט פשוט נישט אפגעשריבן זיין טעל. נומער), און פון דארט און ווייטער זאל סאכדעס אדער סושי דערציילן........
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 19:00 |
|
| |
מצורף קובץאריינקומענדיג צום דיין נאכן הערן זיינע פראבלעימאן האב איך געמאכט א חשבון הנפש מיטן קאמפיוטער, און געזיכט אלע (ע)וויירעס'ס ווי נאר איך בין אריין צו קאנטראל פענאל און דערנאך צו עד אר רימאוו פראגרעמס האב איך מיר באגעגענט מיט א זאך וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען, ער האט נישט געהאט קיין איין נארמאלע פראגרעם, נאר זאכן וואס האט מיט די קרעטשמע, (קוקט אונטן די פיקטשער).
פארשטייט זיך אליין אז מען האט קער גענומען פון יעדע פראבלעם, מען האט געמאכט פונעם קאמפיוטער א ריכטיגע בעל תשובה, אונז ווייס מיר דאך אלע פון די מימרא במקום בעלי תשובה עומדים אין צדיקים .......(איך געדענק נישט ווייטער), יעצט ארבעט די קאמפיוטער ב"ה זייער פיין, סאכדעס קען שוין ווייטער טייפען אלע חדושי תורה'ס, און אלע קול קורא'ס פונעם דיין.
איך וואלט זייער געוואלט שרייבן נאך , אבער ליידער האבן נאך יודן פראבלעמן מיט די קאמפיוטער, און מען זיי אויך צופרידן שטעלן.

|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 20:40 |
|
| |
סושי
זאג נאר ביטע
פארוואס פונקט ביי די "יאהו" מענטשעלע האסטו אראפגענומען דעם פראגראם נאמען???
הא? כ'הער נישט? אה! ער שעמט זיך מיט זיין נאמען............
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2006 03:57 |
|
| |
נע דארט איז געווען דיין ארגינעלע נאמען ער האט דיר נישט געוואלט אדווערטייזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2006 08:12 |
|
| |
גאר א מאדנער וויירוס !!!!!!!
סושי, וויאזוי האסטו עס פארראכטן? פלעין מיט א וויירוס סקען ?
קרעמער; נאך אלע דיינע מעשיות, שטימט מיר נישט פארוואס עפעס 'גרויזאמער' האט זך געווערטלט מיטן דיין, לכאורה לויט דיין באהויפטינג דארף ווען פארברענגען אדער סושי דאס האבן געזאלט טאן.
סאכדעס, אזא געטרייע געהילף ביסטו, האסט נישט געקענט עפעס ארלעדיגן א שומר הפתח פארן דאיען שליטא? וויפיל שאלות האט ער מחמיר געווען צוליב דעם ?
תוקן על ידי - משנה_למלך - 15/06/2006 8:16:16
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2006 09:43 |
|
| |
קרעמער;
סי דא נאך זאכן אויסגעמעקט... מערק אויבן די פייל סייז, און דער פייל נאמער און אייקון איז אויסגעמעקט.
וואס באהאלט ער דארט פאר א גוט יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2006 15:12 |
|
| |
סאכדעס;
איך באמערק אן אינטערסאנטן פאקט דארט ביי דיר, יאנאש איז בערך 42 מעגא בייס גרויס, און סאכדעס איז קנאפע 3.4 מעגא בייטס.
ווער אימער עס קען די פאקטן ווייסט אז עס איז פונקט קאפויער.
משנה;
קען זיין אז היינט האב איך צוויי לינקע אויגן, אבער איך זעה נישט קיין איין ווארט "גרויזאמער" און קרעמער'ס תגובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 00:15 |
|
| |
משנה דאס איז נישט געווען קיין ווירוס, סיהאט זיך געהאנדעלט אין א מיספארשטענדעניש, צווישן צוויי פראגראם'ס.
|
|
|
|
|