טראכטנדיג וואס מ'קען עפעס אויפטוהן דא אין די קרעטשמע , איז מיר בייגעפאלן אן איידיע , אזוי ווי אסאך מאל מאכט זיך ווען ס'קומט איינעם צו באדאנקען קומען צוקריכן ניקים פון אלע זייטן , אז מ'גלייבט זיך אליינס נישט אז אזויפיל מענטשן דרייען זיך דא , און ס'איז נישט מער ווי יושר אז זיי זאלן אויך פון צייט צו צייט זיך לאזן הערן און מהנה זיין דעם עולם , אבער נישט אלעמאל האט יעדער א קאמענט אויף די אישוס וואס ווערן דא דעבאטירט , האב איך געטראכט א איינפאל פון א טאגבוך ווי יעדער וועט אריין שטעלן א יעדן טאג אדער כמעט יעדן טאג זיינע איבער לעבענישן פארשטייט זיך אז ס'זאל זיין מער ווייניגער אינטערעסאנט , ביי יעדן מאכט זיך מער ווייניגער אינטרעסאנטע זאכן וואס פאסירן טאג טעגליך , און נישט אלעמאל האט מען מיט וועמען צו לאכן אדער מיט וועמען זיך צו רעגן , מיין איך אז דא וואלט געווען די בעסטע פלאץ דערפאר , איך לאז דעם עולם דעבאטירן דעם פלאן און אויב ס'געפעלט פארן עולם זאל זיך יעדער בלי שום יוצא מן הכלל באטייליגן דערין , מ'דארף נישט זיין קיין שרייבער פאר די זאכן , מ'בעט נישט פונעם עולם ארויס צו געבן געפילן וואס דאס איז אביסל שווער , נאר פלעין פשוט וואס האט פאסירט און מ'וועט געוואר ווערן אז ס'קען פאסירן ביי יעדעם.
איך וועל אנפאנגען מיט צוויי קלייניגקייטן שמועסנדיג מיט איינעם איז אויסגעקומען צו רעדן אז ביידע דארפן מאכן א דעפאזעט אינעם זעלבן באנק , האט מען זיך אנגעפאנגען טענה'ן ווער ס'זאל גיין און מיט נעמען דעם אנדערנס דעפאזעט , אלס גוטער בטבע איז עס געבליבן ביי מיר , איך קום אן ממש פארן באנק באמערק איך דעם חבר מיינעם אדוירעך פארן , געב איך אים א קליק אריין אויפן נעקסטעל און פרעג אים , ביסט דאך עניוועי אהער געקומען וואס האסטו נישט געקענט מיט נעמען די דעפאזעט , נעמט ער זיך לאכן אז ער כאפט זיך הערשט יעצט אז נישט ער גייט מאכן די דעפאזעט , נו פרעג איך ענק קען מען נישט פלאצן , נאר ב"ה דאס זאל זיין די ערגסטע. אביסל שפעטער אין טאג בעט מיך איינער איך זאל אים אויפפיקן פון ערגעטץ ( פאר געלט ) איך האלט שוין נישט ווייט פון יענעם'ס פלאץ , קליקט מיך יענער אריין , אז איך דארף שוין נישט קומען ער איז שוין אויפן וועג , איך בין דאך א גוטער ווי אויבן געשמועסט איך זאג אים יישר כח און איך דריי מיך אויס צוריק , איך בין נאר נייגעריג וואס דער עולם האלט דא זאל איך יענעם טשארזשן פאר דעם אדער נישט , ( איך מאך אים אפט טריפס , זאל איך עס אריין לייגן אינעם ביל אדער עס אראפשלינגען און גיין ווייטער ? )
איך האב אנגעפאנגען , און יעדער זאל ממשיך זיין אבער יעדער ממש , (אויך די אלע וואס מ'זעט נאר ביים באדאנקען זיך פאר נאטורליך אדער קרעמער ) לאזטס ענק הערן .
נשלח ב-14/6/2006 02:59
קענסט נישט פארלאנגן אזא זאך, איך קען נישט שרייבן ברבים, איך ציטער געפערליך, מוזט פארשטיין
היינט ציפרי האב איך זיך זייער געיאגט כ'האב אבער שנעל אנגעיאגט צי מאכן א קאווה אבער פין גרויס איילעניש האב איך עס געלאזט אויפן קאונטער.
איך האב זיך דערמאנט פינעף מינוט פין מיין הויז, האב איך געדארפט ציריקלויפן אין לאזן מיין חבר ווארטן צען מינוט?
נשלח ב-14/6/2006 20:54
די פאלגענדע מעשה האט ביי מיר פאסירט, איך האב עס אפגעשריבן אין א צווייטן פורום, און פון דארט איז עס שוין געווען געדרוקט אין דעם "קול הציבור" וואס ערשיינט טעגליך אין בארא פארק. איך לייג עס יעצט דא אריין פארן "טאגבוך הציבור" פאר אייער הנאה, ליינט און שטוינט
די מעשה האט ביי מיר פאסירט דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש, איך בין נאך אונטערן שאק, ווייל נישט יעדן טאג באגעגענט מען זיך מיטן לאנגן ארעם פון די השגחה עליונה, אבער ווען דאס פאסירט אזוי אפן, קען קיינער נישט פארלייקענען אז דאס איז השגחה פרטית ממש.
אנגעהויבן האט זיך דאס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (נשא ב'), בערך 12 אזייגער ביינאכט רופט מיר אן איינער וואס האט געברויכט קומען מיט אפגעבן א וויכטיגע דאקומענט, אז ער איז אקורשט געווען ביי מיין טיהר, געקלינגן און געקלינגן דעם בעל, אבער אין קול ואין עונה, קיינער האט אים נישט געענטפערט, איז ער אהיימגעגאנגען.
עס איז מיר געווען א שטארקע וואונדער, ווייל איך בין געווען אין שטוב, און פארוואס זאל איך נישט האבן געהערט דעם גלעקל? יענער האט זיך אביסל פארענטפערט, אז אפשר צוליב די שפעטע שעה האט ער זייער לויז געדרוקט דעם קנעפל דערפון, נישט וועלנדיג אויפוועקן מיין הויזגעזונד, אבער... עס איז געבליבן א פלא.
פרייטאג נאכמיטאג האב איך שוין באמערקט אז דא הערשט א טיפערע פראבלעם, פשוט דער בעל ארבעט נישט! מען קען אים דרוקן מיט אלע כוחות אבער ער לאזט זיך נישט הערן, ווייזט אויס אז די קינדערלעך האבן שוין ווידעראמאל אויפגעדרייט די ווייערלעך אונטען נעבן טיהר, אזוי ווי זיי האבן שוין נישט איינמאל געטאן.
איך קלער שוין ביי מיר: "יעצט ברויך איך שוין ווידער רופן אן עלעקטרישן, וועלכער וועט מיר בעטן א סכום הגון בלויז פארן צוזאמדרייען די פאר ווייערלעך" (איך אליין בין דאך א באקאנטער בטלן מיט 2 לינקע הענט... איך פארכט זיך אנצורירן א ווייערל).
שבת קודש באנוצט מען זיך נישט מיטן בעל, האב איך געקלערט אז מוצאי שבת אדער זונטאג וועל איך שוין אריבעררופן דעם מומחה דאס צו פאריכטן, און א כפרה אויף די פינעף און דרייסיג אדער פופציג דאלער וואס ער וועט בעטן, מען קען דאך נישט לעבן אן קיין גלעקל ביים טיהר (בפרט ווען מען וואוינט אויפן אויבערשטן שטאק).
מה עשה הקב"ה?
מוצאי שבת קודש, די קינדער זענען געווען פרייליך און גוט אויפגעלייגט, זיי האבן אלע געהאלטן נאך א צוויי שעה'יגע שבת נאכמיטאג שלאף, האבן זיי זיך אביסל צולאזט מיט די באלי, א מזל האבן זיי געהאט אז די שכנים פון אונטן זענען נישט געווען אין שטוב, האבן זיי געשפילט מיט די באלי, געהאקט און געזעצט דערמיט, כאילו זיי געפונען זיך אויף א ליידיגן שטח אונטערן פרייען הימל, ביז ....
טרררררררררררך, די באלי (טאבע) האט שוין עפעס אומגעווארפן אין שטוב, איך הייב זיך אויף פון מיין בענקל צו גיין זען וואס עס האט פאסירט. גארנישט... די דעקל פונעם אונטערקאם (וואו מען קלינגט צוריק די בעל) איז אראפגעפאלן, און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר א גרויסער סוד... 4 גרויסע באטעריען!
איך האב זיך גלייך געכאפט ב"ה וואס די ווינק פון הימל איז, מיר האבן ארויסגענומען פון לעדל 4 נייע באטעריס, און וואונדער איבער וואונדער -------- די בעל ארבעט א מחיה!
איך וואוין שוין אין דעם דירה איבער 5 און א האלב יאר, איך האב ביז היינט נישט געוואוסט אז די בעל פארמאגט באטעריען, יעצט - א דאנק דעם אפענעם ווינק פון הימל - ווייס איך דאס שוין גאר גוט, און איך שפיר פאר א זכיה צו דערציילן ברבים דעם אינטערסאנטן השגחה פרטית עפיזאד.
נשלח ב-14/6/2006 21:36
ביסטגערעכט , דו ביסט לגמרי נישט גערעכט דו הייבסט נישט אן צו ציטערן די אויתיות אויפן סקרין זענען זייער גראד , שעם דיך נישט שרייב און לאז יעדן הנאה האבן
נאטורליך , ס'איז מיר א זכיה אז דו האסט גענומען די מיה און אריין געשריבן אונעם נאציאנאלן טאגבוך , און ווי געווענליך מחיה געווען דעם עולם קורץ און שארף ,
יישר כח פאר אלע חברים פארן זיך נעמען די צייט און אריין לייגן דא זייערע איבערלעבענישן קיפ איט אפ
און יעצט וועל איך צו לייגן נאך אן עפיזאד פון היינט , איך שמועס מיט איינעם היינט און בית מדרש פאר בערך 15-20 מינוט , און יענער געט זיך א כאפ אז ער האט אנגעטוהן זיין של יד אן זיין של ראש , ער ווייסט נישט אויף וועלעכע וועלט ער איז , ביז ער כאפט זיך אז למעשה האלט ער אין מיטן לייגן תפילין און מיך זעענדיג האט ער זיך פארטראכט פון אן ענין וואס ער האט געוואלט זיך דוירעך שמועסן און פארגעסן וואס ער האלט אין מיטן טוהן.
טאמער די מעשה איז אייך נישט אינטערעסאנט ,( איך האב א קאמפלעקס , וועא"מ ) געטס א מאך צו דעם אשכול און עפענט עס נישט צוריק אויף ביז עס וועט נישט נאכאמאל בלינקען דער גרינער לעמפעל ,