בית פורומים היימישע קרעטשמע

נויעך קאטץ - א גלגול פון זארעכ הכ"מ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2006 03:39 לינק ישיר 
נויעך קאטץ - א גלגול פון זארעכ הכ"מ

פרידן צו אייך טייערע קרעטשמע זיצערס.

ווי דער מנהג העולם איז, אז ווען עס קומט א פרישער גאסט אויף א פלאץ טוט ער זיך קודם פארשטעלן, בכדי דער עולם זאל וויסן מאין באת, ולאן אתה הולך, ווער ביסטו? פון וואו קומסטו? וואס טיסטו דא אין דארף?, דעריבער וועל איך נישט זיין אנדערשט, איך וועל נישטאמאל פרובירן משנה צו זיין מנהג העולם, און איך וועל פרובירן, ווי ווייט מעגליך, אראפצוגעבן פאר אייך א קורצע ביאגראפי פון מיין אידענטעטי.

ווי באקאנט פאר אייך אלע אלט געזעסענע קרעטשמע באזוכערס, האט אייך אייער באליבטער אמת'דיגער דיין, וועלכער האט אזוי שיין באדינט און באשיינט אונזער קרעטשמע פאר א גוטע שטיק צייט, מורינו ר' זארעכפעפער, אין א שיינעם גרינעם דאנערשטאג אייך פלוצים פארלאזט, און איז פארשוואונדן געווארן אין רויטן ים אריין נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין שום שפירן, פשוט און פראסט ער האט אונז געלאזט הענגען מיט די צונג אינדרויסן אן קיין שום פאראויסדיגע מעלדונג.

ואת אשר יגורנו בא, אין א שיינעם פרימארגן איז דאס נישט גוטע, די בשורה אשר לא טובה היא, אנגעקומען צו אייערע אויערן אז... יא... ר' זארעכ נויטיגט זיך אין א גרויסע ישועה, ס'נישט גוט דער מצב ביי אים, אלעס האט שוין אויפגעגעבן, ס'ביטער, ס'נישט גוט.

דער ביטערער מצב נעבעך האט אזוי אנגעהאלטן א שטיק צייט. ענדליך נעכטן איז געקומען א שטיקל פארלייכטערונג, בשעת עס איז אנגעקומען די בשורה טובה אז אה ב"ה דער מצב האט זיך אביסל געבעסערט און ר' זארעכ וועט מעגליך קענען צוריק קומען לאיתנו הראשון. אבער, אבער, מה נאמר ומה נדבר, ווי ס'שטעלט זיך אצינד ארויס איז דאס נאר געווען אזא בחינה פון א ליכט וועלכער צופלאמט זיך הארט פארן אויסגיין. רבותי! ס'נצחו אראלים את המצוקים...

וביום שמת זארעכ נולד נויעך. די וועלט קען דאך נישט פאריתומ'ט. ועד שלא שקעה שמשה של זארעכ זרחה שמשו של נויעך. אני הק' בין איך דאך נאך אינגאנצן א פריש געבוירענער, הערשט היינט, ביום פטירתו, איז געווען מיין מולד. איך בין אראפגעשיקט געווארן אלס א גלגול פון ר' זארעכן זאל זיך מיען. והיות א מענטש איז דאך נאר א בעל בחירה, ווייס איך נישט צו איך וועל טאקע אויסשטייגן אזא ערעב זארעכ הכ"מ.

האקיצער, איך בין טאקען א גילגעל פון ערעב זארעכן, אבער איך פארמאג נישט זיינע קוואליפיקאציעס. נישט אין לערנען, נישט אין גארנישט!. זאל שוין זיין בילע העמאוועס לאנעיצעך איווא לעציען גויעל.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נויעך קאטץ - א גלגול פון זארעכ הכ"מ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext