בית פורומים היימישע קרעטשמע

לכבוד מיין נערווירנדער שול שכן.....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2006 03:30 לינק ישיר 
לכבוד מיין נערווירנדער שול שכן.....

לכבוד מיין נערווירנדער שול שכן וואלף חיים זמג"ז (זאלסט מיר געבענטשט זיין):

שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל זיך צו דיר ווענדן מיט עטליכע קליינע בקשות, דאס הייסט אויסער די גרויסע הויפט בקשה פון 'טראג זיך אפ פון מיין געגנווארט' וואס איך וועל דיך נאכנישט איצט פרעזענטירן, האב איך עטליכענע קליינע בקשה'כלעך.

א: טו'זשע מיר א גענאדע, איך ווייס אז דו הערסט אויס 'סעווען סעווענדי' אין די קאר יעדן צופרי ווען די טרינקסט דיין שטארק-ברוינע קאווע (וועלכע פאראורזאכט א שיינער חלק פון דער גערוך-געמישאכץ וואס דיין מויל דומפירט), אבער מיט דעם אלעם בעט איך דיך זייער, איך קען אויסווארטן די נייעס ביז יאהו וועט עס מיך פארציילן ווען איך קום אן די ארבעט, איך באדארף נישט דערפאר דו זאלסט זיך מיר איבערבייגן איבערן אויער בעת איך דריי מיר ארויך די תפילין של יד, און איך זאל זיין אויסגעשטעלט צו די ווארימקייט פון דיינע נאזלעכער, בענעזאם מיט די גערוך פון דיינע אומ'געפיצטע ציינער, און די שטעכן פון דיינע ווילד-לאנג-באוואקסענע שנויצן.

ב: ס'איז אמת און וואר אז די דעמאקראטן זענען גרויסע לוזער'ס, און איך וועל אפילו צו דיר מודה זיין אז 'קורטיס סליווא' זאגט אסאך מאל גאנץ גוט, אבער דאס מאכט מיך נאכנישט מסכים זיין אז דו זאלסט מיר איבערזאגן זיין צופרי'עדיגן וויץ אויפן חשבון פון די דעמקראטן און דערביי מיך ארומנעמען ביים האלץ מיט דיין פיל-האריגע האנט וועלכע טראגט אויף זיך דעם ארויפגעקראזלטן געלן העמעד לאכנדיג דערביי און אויסרופנדיג 'יענטאאש נעם עס נישט אזוי ערנסט דו ווייסט אז איך וויל דיך נאר טשעפענען'. גלייב מיר אז נישט די פאליטיק מאכט אן דער פאראיבל'נדער מינע אויף מיין געזיכט, עס איז די גערוך פון אונטרע דיינע דיקע ארעמעס.

ג: שכן זיסער, איך וועל דיך שוין אפילו מוחל זיין אויף דעם וואס דו האסט געזאגט מיין בעל הבית ווען ער האט געטראכט פון מיך הייערן אז 'יא יענטאאש,  ער'ז'מיר א גוטער פריינד', און דאס האט אים געמאכט טראכטן נאך צוויי וואכן צו ער זאל מיך טאקע אויפנעמען. אבער דאס איז דיך לגמרי נישט מתיר צו נוצן מיין טלית ותפילין ווען דו פארגעסט דיינע צוקנייטשטע זונטאג אינדערפרי אין שטוב. פארגעס פונעם פאקט אז דו לייגסט עס נישט צוזאם ווייל 'סייווי גייט עס יענטאאש מארגן אויך צוריקעפענען צו נוצן'. אבער אפילו ווען נישט דאס, שוויץ איך דען נישט גענוג פאר מיר אז איך זאל נאך דארפן שפירן דיינע ריסייקל'טע אויף מיין טלית? און צו בין איך טאקע מחיוב צו האבן מחשבות זרות אויפצומארגנס ווען איך טו אן די תפילין של ראש זעענדיג אין מיין פאנטאזיע ווי מיינע בתים גריבלען זיך אריין אין דיינע פעטע גרויסע האר פון דיין קלעפיגן קאפ?.

ד: און אויך יא...... די ברוינפן וואס איך האב מיך אנגעגרייט ביים לחיים.... ניין איך לאז דיך נישט טרינקען דערפון אביסל, אפילו נאר צו צוצקען מיט די צינג און זאגן נאכער 'הממממ.... גאנץ א פיינער ברוינפן, מעג נאר זיין אביסל ווייניגער זיס'....

ווי געזאגט זענען דאס נאר עטליכע קליינע בקשה'לעך, די ליסטע איז נאך אסאך גרעסער און ברייטער פון דיין גערוך'פולן קרעפער.

מיט האפענונג, יענטאאש.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 08:07 לינק ישיר 

אההה, דו ביסט עס צו וועם איך רעדן יעדן צופרי ?

איך האב נישט געוויסט אז סי באדערט דיר. גראדע ווען איך האב געמענציאנט פאר דיין בעה"ב אז איך קען דיר גוט, האט ער קענטיג שטארק הנאה געהאט, איך ווייס נישט פארוואס. אבער פריי דיך, ווייל אויף א צווייטן וואס כ'אב נישט דערמאנט אז איך בין אין גוטן מיט אים, האט למעשה געווארט פיר וואכן. סאו....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2006 19:52 לינק ישיר 

*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > לכבוד מיין נערווירנדער שול שכן.....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext