איך בין פריער געווען אין גאז סטאנציע און איך קוק אויף די פפ"ג (פרייז פער גאללאן) און כ'האב זיך אביסעל גערעגט, נישט אויף די הויכע פרייז ווייל כ'בין שוין צוגעוואוינט נאר איך בין נעכטען אדערוך געפארן ניו דזשערסי אין די פרייז איז געווען דארט מיט דרייסיג סענט ביליגער אבער איך בין דאך געווען פויל בין איך ווייטער געפארן האב איך היינט באצאלט מיט פינף דאללער אין דרייסיג סענט מער.. אזוי טראכטען'דיג איז מיר צוריק נולד געווארען א אלטע קשיא וואס בע'דארף מען ווען ענדערש צו טוהן, גראבען פאר אויל אין אלעסקע אין וואו אימער, אדער זאל מען ארבעטן מער אויפצובויען הייבריד און אלע אנדערע, ווי אזוי צו מאכען א קאר פארן? איך וועל זאגען מיין מיינוג (וויל עס זענען דא וואס פרעגען דאס!!!!!????) דערנאך קען יעדער זאגען וואס ער האלט (אויב איינעם אינטערעסירט עס בכלל --אגב אז נישט קוקט נישט ווייטער --).. מיר איז מער ניחא אז מ'זאל ענדערש ארבעטן אויף הייבריד אדער עני אנדערע וועג אבי נישט אויל, יעצט פאר מ'באשולדיגט מיך אין ליבעראליזעם וועל מער עס אביסעל מער מסביר זיין (אגב איך בין מער נוטה צו די קאנסארוואטיווען) לויט ווי אזוי די וועלט גייט יעצט וועלען מיר פריער אדער שפעטער אויסלויפען פון אויל. פארוואס? איז אזוי (איך גענק נישט אלע נומערן כ'האב שוין געזען א לאנגע צייט צוריק) דאס מענטשהייט פון די וועלט דאפעלט זיך אין א געוויסע צייט לאמיר זאגען אז אין א משך פון פערציג יאר דאפלען זיך די נומער פון מענטשען אז למשל היינט לעבען דריי ביליאן מענטשען וועט אין פערציג יאר ארום זיין זעקס ביליאן איצטערט וויפול מ'זאל נאר נישט גראבען וועט מען נאך אלץ בלייבען מיט א שארטודזש לאמיר עס אביסעל מער צולייגען מיט א משל וואס איך האב אמאל געהעט וואס דאס ברענגט ארויס אביסעל די חכמה פון דאפלען... לאמיר זאגען אז איינער קומט צו צו דיר און זאגט דיר (נישט קיין חילוק פארוואס) איך געב דיר א אפשען/אפציע קום צו מיין הויז א וועג פון צוויי שעה יעדען טאג פאר דרייסיג טעג און איך וועל דיר געבען יעדען טאג א פעני אבער א יעדען טאג וועל איך דאפלען די נומער פון פעני'ס פון א טאג פארדעם דהיינו דעם ערשטען טאג איין פעני דעם צווייטען טאג צוויי פעני'ס און דעם דריטען טאג פיר פעני'ס אין דעם פערדען טאג אכט פעני'ס און אזוי ווייטער פאר דרייסיג טעג ... אדער גיב איך דיר יעצט 100.000 הונדערט טויזענט דאאלער קעש אויפען פלאץ.. יעצט וועלעכע פון די צוויי וואלט איר אנגענומען אויב זענט איר ווי רוב וועלט וואלט איר אוודאי גענומען די צווייטע גיב מיר די הונדערט טויזענט דאללער ווייל וויפול פעני'ס קען שוין זיין אין דרייסיג טעג אין מ'דארף נאך פארן דערפאר בקיצור די צווייטע......דער אמת איז אבער א די ערשטע איז אסאך אסאך מער ביי די ענדע פון דרייסיג טעג קומט עס אויס בערך צען און א האלב מיליאן דאללער אדרבה גלייבט מיר נישט און רעכנט עס אויס ( כהאף איך געדענק עס גוט) יעצט אינעם ניין אין צוואנציגסטען טאג האט ער נאר פארמאגט העלפט דערפון אבער וויבאלד מ'כאפט זיך נישט וואס געשעהט ווען ס'דאפעלט זיך אזאך נעמט מען די ערשטע אפשען, יעצט נאך איין משל לאמיר זאגען אז אין א באטל ליגט איין מורישקע און די מורישקעס דאפלען זיך א יעדע מינוט סטייטש יעצט איינס און א מינוט ארום וועט זיין צוויי דערנאך אכט, זעכצען אא"וו יעצט לאמיר זאגען אז 11:59 איז די באטל העלפט פול מיינט דאס אז אין א מינוט ארום 12:00 גייט עס זיין אינגאנצען פול גייט דער הויפט פון די מורישקעס און זיכט שנעל טויף נאך צוויי ליידיגע באטלעך אז עס זאל זיין פלאץ פאר פרישע האט ער עפעס אויף געטוהען ? ניין ווייל א מינוט דערויף האט ער די זעלבע פראבלעם נאר רין אסאך גרעסער ווייל אום 12:01 זענען שוין פיל צוויי באטלעך וכו'... יעצט אויב די מענטשען דאפלען זיך אויך (טאקע נישט א יעדע מינוט אבער ס'איז פארט א פאקט {שוין נאכען אראפ רעכענען מענטשען וואס שטארבען}אז ס'דאפעלט זיך) קומט אויס אז אפי' יעצט איז דער פראבלעם נישט אזוי גרויס אין די אויל קוועלער וואס זענען יעצט דא קענען נאך אנהאלטען אזוי זיכער הונדערט יאר אבער די דעמענד וועט שוין זיין עטליעסט דאפעלט און ווען וועט מען זיך נעמען זיכען א עצה ווען מ'וועט האלטען פארען אויסלויפען (ווייל ביז דעמאלט וועט זיך עס נישט אנזען ווייל פונקט ווי די מורישקעס א מינוט צוויי פאר די פראבלעם האט אלעס אויס געזען גוט עס איז געווען גענוג פלאץ)אין וויפול מ'וועט גראבען וועט נישט זיין גענוג. במילא דארף מען זעען אנדערע מיטלען (לויט מיר)....... כאטש זעעט איר וואס פינף דאללער אין דרייסיג סענט קענען טוהן???!!!!
נשלח ב-15/6/2006 17:14
I always laugh at the so called scientist who predict the worlds future... every 2 days
a different study...,I remember years back when they predicted that by this time we would
run out of rice...and other foods because of the population growth...,once they predicted that we
would run out of cleand water, and they have the numbers and colculations to prove it
the same thing is with global worming, we should all be dead in year....who knows they
keep changing the year to fit in their great study, but the icebergs will start melting, and we
will all be dead by...2020, the same thing is with the OIL issue, they know nothing
the one above he leads the world,
The scientists from the UN....they have to justify their paycheck
נשלח ב-15/6/2006 17:26
דיזעל!
אין אייראפע איז זייער פאפולער די דיזעל אויטאס וועלכע גיבן דיר בערך 44 מפ"ג. ס'איז דא צו
באקומען דא אויך VW TDI וואס איז דיזעל און גיט בערך 44 מפ"ג.
שלמה זלמן