|
|
| נשלח ב-23/6/2006 01:17 |
|
| |
פון וואנעט נעמט איר אז עס לייגט זיך אויס מיט אן אל"ף? 'אקוראט' לייגסטו אויך אויס 'אקאראט'?
אה, 'אנומעלט' זאגט זיך טאקע אנדערש ארויס... קען זיין אז איר זענט אלע גערעכט.
נו, אן אלטער מאן קען דאך אמאל פארגעסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 02:36 |
|
| |
אזעלכע ווערטער ווי "געזאלט" און "ערווענט" זעט מען נאך גאנץ אפט. די פאלגנדע ווערטער דוכט זיך אז מ'זעט זיי זעלטן:
עקסטראדע = שלאבעריש = נאווינע.
שאלה: וויאזוי איז די ריכטיגע ווארט: "אנגאזשירט" אדער "אגאנזשירט"?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 02:40 |
|
| |
מיר אכט זיך אז "אנגאזשירט" איז די ריכטיגע
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 02:44 |
|
| |
קרעמער אין אן אנדערן אשכול האסטו געשריבן ווי פאלגענד: "(שיעור נישט געשריבן "....." צו מאכן)".
עס איז כדאי אנצומערקן אז די ריכטיגע ווארט איז "שיער", אן א וא"ו. "שיעור" מיינט א שיעור, א לעקציע, א שטייגער ווי דו לערנסט פאר אין "שיעור עיון", (פאראינטערעסירטע קענען זען: http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=1903070 ) משא"כ ווען מ'וויל זאגן "איך האב מיך שיער איבערגעדרייט" קומט דאס אן א ו'.
תוקן על ידי - ALLLLWAYS - 23/06/2006 2:47:36
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 02:52 |
|
| |
קודם כל שיעור מיט א ו' האט נאך א באדייט נישט נאר א לעקציע אין שיעור עיון 'אלו דברים שאין להם שיעור'
נאכדעם וואספארא מין ווארט איז שיער אן ו' און וואספארא שייכות האט דאס מיט דאס וואס מען וויל זאגן שיער נישט, שיער אן א ו'
קוקט מיר אויס ווי שֵיער (האר).
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 03:04 |
|
| |
(גערעכט, שיעור האט נאך א מיינוג, נישט דאס זענען מיר דא אויסן זיך צו דערגרונטעווען).
"שיער" איז פאקטיש דער אויסלייג וויאזוי וועסט דאס זען אין אלע [פראפעסיאנאלע] אידישע ביכער, און דאס איז די ריכטיגע ווארט.
איך פארשטיי נישט דאס ואוס דו פרעגסט "וואספארא מין ווארט דאס איז, וואספארא שייכות האט דאס מיט "שיער" . איך מיין אז א
ווארט דארף נישט מאכן קיין סענס, עס דארף נאר זיין די ריכטיגע ווארט, און גענוי דאס איז די שייכות פון "שיער" צו ווען מ'וויל
זאגן "שיער נישט".
דער טעות נעמט זיך מסתמא פשוט ווייל מ'האט גענומען דעם "שיעור" וואס יעדער ווייסט און דאס פארטוישט און אריינגעשטופט
אנשטאט די ריכטיגע ווארט "שיער".
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 03:14 |
|
| |
איך בין גראדע א גרויסער ליינער אויף אידיש, און איך קען מיך נישט דערמאנען אז איך זאל אמאל זעהן עס געספעלט "שיער", קען זיין
אז איך האב נאך נישט גענוג געליינט.
ביי די וועי, מיין איך אז די ווארט איז נישט "אנגאזשירט" און נישט "אגאנזשירט" עס איז אן א "נ" בכלל "אגאזשירט".
ביי די וועי, ביי די וועי, "שלאבעריש" ווייס איך (מיין איך)מיינט "אום מסודר", "נאווינע ווייס איך (מיין איך) מיינט משטיינס געזאגט "ביג
דיעל", אבער וואס אין די וועלט מיינט "עקסטראדע".
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 17:01 |
|
| |
אז מ'רעדט פון שיער, מיין איך אז ס'איז א טעות צו זאגן " איך בין שיער נישט אראפגעפאלן" ליבערשט וואלט געווען "איך בין שיער
אראפגעפאלן" .
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 18:06 |
|
| |
די ריכטיגע ווארט איז "אנגאזשירט", און עס איז אן איבערטייטש פון די ענגלישע ווארט ENGAGED וואס אויסער ווערן חתן-כלה
מיינט דאס אויך ווען איינער ווערט פארמישט אין אן עסק. זעה דא:
http://dictionary.reference.com/browse/ENGAGED
----
בנוגע "שיעור" אדער "שיער", עס איז קיין נפקא מינה, די ווארט שטאמט פון דייטש (אזוי געדענק איך צו האבן אמאל געזען
אינעם "מעלות").
----
גם אני מצטרף לדברי יאנאש, איך האב נאך דעם ווארט "עקסטראדע" ניעמאל געהערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 18:34 |
|
| |
יאנאש אויב האסטו שוין פיל געליינט האסטו שוין מסתמא אויך געזען "שיער", (אדער מעגליך נאר שיער געזען...) נאר ווען מ'ווייסט נישט פאסט מען נישט אויף און מ'טראכט אז עס איז ארויסגעפאלן דער ו'.
"אנגאזשירט" קומט יא מיט א נ', ווי קרעמער זאגט. "אנגאזשירט".
קרעמער צו זאגן שיעור מיט א ו' איז יא א טעות, טאקע פאר דעם וואס עס מאכט דאס אויסקוקן ווי עפעס א לשון הקודש'דיגע ווארט בשעת עס איז אויסדרוקליך נישט, און אויך פשוט ווייל 'עס קומט נישט מיט א ו' '..
עקסטראדע = פלאטפארמע
תוקן על ידי - ALLLLWAYS - 23/06/2006 18:37:54
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 19:32 |
|
| |
לעטס מאוו אן!
די ווארט "עקסטאז" וואס איז איר מקור?
וויאזוי טייטשט מען איר איבער אויף ענגליש?
"יענקל איז אריין און אזא עקסטאז אזש אז עס איז געווען ויניעו אמות הסיפים"
איינמאל מ'גייט אריין אין דעם עקסטאז, קען מען זיך פון דעם ארויסזעהן? אדער עס איז כל באיה לא ישובון?
תוקן על ידי - mefikel - 23/06/2006 19:36:04
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 20:12 |
|
| |
און אז איך האב שוין די מייק אין די האנד,
פארהאן מענטשן וואס זאגען "טאקען" אנשטאט "טאקע"
(סאכדעס, טאקען דיך מיין איך)
און אזוי אויך הערט מען צומאל "אונד" אנשטאט "און"
(ס'העלפט אביסל דעם אין/און סיטואציע)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 20:34 |
|
| |
אזוי זאגט מען עס אויף ענגליש:
ecstasy
קוק אהער
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 21:46 |
|
| |
לאמיר געבן אביסל שטאף ,
פילייכט , סיידן ,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 21:51 |
|
| |
'טאקען' הערט מען מער פון ישראלים, אזוי דאכט זיך מיר.
'אונד' איז דויטש.
|
|
|
|
|