בית פורומים היימישע קרעטשמע

אידישע ווערטער: שאלות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/6/2006 21:52 לינק ישיר 

'פילייכט' = אפשר, מעגליך, MAYBE 'סיידן' = אויסער, חוץ, BESIDES



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2006 22:01 לינק ישיר 

ס'איז נישט אז איך ווייס נישט די פשט אין דיזע אויסדרוקן , ס'איז נאר צו צולייגן צום קרעטשמע דיקשענערי , אלץ איינער וואס קען זיך היבש מיט ישראלים , זע איך נישט פאר וואס דו האסט זיי אנקעבלעט מיט " טאקען " .



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2006 22:26 לינק ישיר 

אין אן אנדערן אשכול האב איך נישט לאנג צוריק אנגעמערקט אז איך האב געזען אין די "מעלות" אויסגאבע ווי זיי שרייבן "פינקטליך" און "נאטורליך" מיט א י' , און נישט "פונקטליך" "נאטורליך" מיט א ו'. האט דער עולם געזאגט אז מסתם איז עס געווען א טעות, אבער אין די חודש האב איך דאס נאכאמאל געזען מיט א י', דעריבער ברענג איך נאכאמאל אויף די שאלה, פארוואס שרייבן זיי עס מיט א י'. 'פונקליך וואלט דאך נאטורליך געדארפט קומען מיט א ו'...'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2006 22:36 לינק ישיר 

'אנקעבלעט'? וואס באדייט דאס? > אין אן אנדערן פלאץ האב איך געזען ווי מפוקל שרייבט אן אומפאזאנטן עולם וכו', וואס מיינט 'אומפאזאנט'?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2006 23:30 לינק ישיר 

אנטשולדיגט אבזערווירער , איך זע אז דו אבזערווירסט גאנץ גוט , איך האב געוואלט שרייבן אנגעקלעבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2006 23:39 לינק ישיר 

איך הער אמאל מענטשן זאגן: געב אָבּאַכט! 'גיב אכט' ווייס איך וואס עס באדייט, אבער וואס באדייט 'אבאכט'?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 08:46 לינק ישיר 

אבזערווירער; גיב אפ אכט. אזויווי "גיב אפ כבוד פאר די רב"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 19:40 לינק ישיר 

אבזערווירער, דו דערמאנסט מיך פון יענעם וואס האט גע'טענה'עט אז די פאפאלערע ניגון פון קול רנה שטימט נישט וואו מ'זאגט "דער רבי זאל לעבן א מזל טוב" וויאזוי לעבט מען א מזל טוב?! פאר א גוט יאר! דו טעמבל איינער! "דער רבי זאל לעבן, (קאמע, אתנחתא, אידיש?) א מזל טוב" קאפי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 19:49 לינק ישיר 

וואס מיינט טעמבל? איז דאס א אידישע ווארט? האט איינער א פשט אויף 'קאצקע' צוקער? איז די ריכטיגע ווארט אפשר 'קאצקאץ' אזוי ווי מיר פלעגן זאגן אלס קינד? מיר געפעלט בעסער א 'קלעצל' צוקער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 20:12 לינק ישיר 

קאצקע, איז א CUBE אן אכט עקיגע קעסטל איך מיין אז עס איז אונגאריש טעמבל איז א SLANG ווארט אזוי ווי לאצי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 20:16 לינק ישיר 

ווען דו ארבעטסט אין א CUBICAL (איך האף אז עס איז גוט אויסגעלייגט) אין דיין אפיס (אידיש?), רופסטו דאס א קאצקע? טעמבל האב איך דערווייל נאר געהערט אין עברית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 21:03 לינק ישיר 

אבזערווירער שרייבט:

'סיידן' = אויסער, חוץ, BESIDES

לפענ"ד איז דאס א טעות. "סיידן" אין ענגליש איז EXCEPT, נישט BESIDES.

דעם ווארט BESIDES אין אידיש איז ליבערשט (=ענדערש) "אויסער דעם".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2006 21:06 לינק ישיר 

עקטשועלי, ס'מוז נישט זיין CUBIC איך מיין אז SQUARE רןפט מען אויך קאצקע. מיין באבע פלעגט זאגן אויף א געקעסטעלטע העמד א "קאצקאש העמד"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 21:21 לינק ישיר 

טאבאק עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט, ווייל איך האב סתם געמאכט א קאלקולאציע אז 'סיידן' און BESIDES פארמאגן די זעלבע אינהאלט... האב איך געמאכט א 'סייד'ן בע'סייד'ס לגזירה שוה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 23:18 לינק ישיר 

היינט זונטאג האב איך טאקען געפונען צייט זיך אפצוגעבן מיט דעם דאזיגן אשכול, און כאב הנאה געהאט צו זעהן אז איינער טאקען האט זיך באצויגן צו מיר.

עניוועי אין בית המדרש בלא חידוש, כאב נישט געוואוסט אז יאנאש איז איינע פון אונזערע מעדזשער אידישיסטן, כל הכבוד.

איצט אבזערווירער צו דיר רעד איך טאקען, די ישראלים האבן באמת גארנישט מיט טאקען צו טוהן, דאס איז אזא ברייטער אויסדרוק פון די באטשיס ביין כלל ישראל.

און מפוקל, איך נוץ דעם ווארט ווייל איך גלייך זיך אויסצודרוקן מיט אזענע (וואס איז דאס?) מליצות, דאס איז שוין אן אלטער בעי' אז סאכדעס שרייבט אזוי ווי מ'רעדט.

אונד אלוועיס דיין קשיא אויף די מעלות איז זייער שארף, איך האב אויך צו זיי אזענע טאנעס, וואס זאל איך טוהן אז זיי האבן זיך בארעכענט אז אידיש לייגט מען אויס אזוי ווי מ'וויל, הגם נישט אזוי ווי איך וויל נאר אזוי ווי "זיי" ווילן.

געב אבאכט איז נישט קיין ווארט, נאר ענדערש אזוי גיב אכט..

און איצט צום טעמבל, אזוי ווי עמיציר האט שוין ערווענט, אז דאס איז אן איזריילי אויסדרוק, צוליב ווייל סיז דא אזא געוויסע קאפל, וואס זיי רופן טעמבל, און דאס איז זייער שלאבעריש, האבן זיי אנגעקלעבט פאר יעדן שלאבערישן נארישען מענטש דעם ווארט טעמבל, פילייכט איז דאס דער סיבה פון דעם אויסדרוק סיידן אז עמיציר וועט אויפצייגן אנדערש.

קאצקע איז א ווארט פאר פאר געקעסטעלט.

פילייכט וואלט איך נישט אנגלייגט דעם ווארט פילייכט נאר אלץ מעבי, נאר ענדערש טיפער ווי דאס, אזוי ווי מיר נוצן דעם ווארט לכאורה, וואס איז אן אנצייגונג אויף א שטעלונג פון א מענטש, אבער מ'קען דאס פילייכט אויך נוצן אנשטאט מעגליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אידישע ווערטער: שאלות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.