איך האב מיך אזוי דערשראקן
ווי געווענליך נאך א לענגערע טאג ארבעט, קום איך אריין נאכן עסן נאכטמאל אין די קרעטשמע זיך צו דערפרישן מיט א גלעזל שנאפס, זיך דערכאפן דאס הארץ פון די שווערע פיזישע און גייסטישע הארעוואניע מיט וואס מיין מזל איז באשאנקן געווארן פון אויבן זיך צו ספראווען דערמיט. און בעיקר צו הערן עפעס א גלייכווערטל וואס זאל דערפרייען מיין אנגעשטרענגטען מוח און זיך דערמינטערן אביסל פון אלע סארטן נאכווייען, צי ס'יז יא מיין שולד צי נישט, דארף איך ליידן דערפון.
איך גיי גלייך צו די ערשטע אשכול וואס בלינקט, מיינענדיג צו איינמעלדן אויף פרישע הייסע ווארע, עס האט בלויז עטליכע תגובות, איך סקראל אראפ און דאן האט עס פאסירט ......!!!!!.!!!! וווער וווווווווער ????? איז דאס ?! ווער האט ארויפגעלייגט א "מצורף קובץ" בילד פון מיין שלח הודעה ???.......... מיט מיין ניק און מיט מיין אכט דיזשיט פעסווארד ?..............!!1!!!!! פון וואנעט האט ער עס אפירגעזוכט רבוש"ע ?????????
מיין פנים האט זיך צאמגעצויגן פאר אויפרעגעניש, די אויבערשטע ליפ האט זיך איינגעקורטשעט אין צווייען, ברענגענדיג די שנאלצן זאל איבערדעקן מיין אונטערשטע ליפ. מיין רעכטע פערשט האט זיך אינסטינקטיוו ארויפגעלייגט איבער דעם לינקן פערשט, דערביי צוקוועטשענדיג דעם גראבן פינגער פון די פיס. מיינע צוויי הענט האבן פאר גרויס עקסטאז זיך אויפגעהויבן פון קיבארד און ווי פון זיך אליינס געלאנדעט איבער מיין קאפל, רוקנדיג אביסל מער צו פארנט צו. מיינע אויגן האבן זיך גענומען וואנדערן פון קאמפיוטער ביז צום דאך, מיין בליק פאלט אויפן הערליך באצירטן 'גלאוב' וואס שטייט אין זיין ווינקל אזוי איידל, און דאן איז ווידער ארויפגעקומען אויפן געדאנק די נודזשענדיגע פראגע, "ווער אין דער 'וועלט' האט דאס געטון צו מיר?????? און פארוואס ??????
אויף די רגע איז מיר געקומען אויפן געדאנק, אפשר יענער וואס באנוצט זיך צומאל מיט מיין ניק ? אבער ניין ניין, ווארף איך גלייך אפ דעם נארישן געדאנק, יענער וועט דאס נישט טון צו מיר, ער איז צו באגלייבט צו באגיין אזא אומרעכט, אוון נאכמער איך זעה אפילו נישט זיין נאמען העכערן בילד, וואס זאל אנדייטן אז ער האט געשיקט די געפערליכע תגובה. ואלא מאי האט דאס סתם איינע............
.......א לייכטע שמייכל האט זיך פלוצלינג באוויזן אויף מיין ליפן, א שמייכל וואס ווערט וואס אמאל ברייטער און גרעסער, איבעריג צו זאגן אז מיין ליפן האבן זיך שיין צוריק אויסגעשטעלט אין זייער דעזיגנירטן שעיפ. מיינע פיס וואס זענען געלעגן צאמגעקוועטשט האבן זיך באשיידענערהייט פונאנדערגעשפרייט. מיינע צוויי הענט האבן זיך ווידער ארויפגעזעצט איבער מיין קאפ, אבער דאס מאל מיט צופרידנהייט געריקט דאס קאפל צוריק צו איר פלאץ. מיינע אויגעלעך האבן געקוקט אויף דעם פרישן אויפשריפט תגובה מהירה וואס איז פלאצירט גלייך העכערן בילד פון וואס איך האב מיך אזוי דערשראקן. אההה......... הייסט דאס...... דאס איז א נארוואס צוגעקומענע אפציע צוגעשטעלט געווארן דורך דעם מלך [למך] ההיידפארק אליינס, דהיינו מער דארף מען נישט ווארטן ביז דער אדווענסד דף טענה'ט זיך אויס, נאר מען קען גלייך שיקן א תגובה מיטן פשוט'ן, סטענדארד, פענסטערל. דאס איז שוין יא א גוטע זאך .
די גאנצע געשיכטע האט גענומען צוויי סעקונדעס אויפן זייגער. חוץ דאס טייפן דעם תגובה וואס האט גענומען 180 מאל אזוי לאנג, בערך זעקס מינוט.
בעיקר האב איך מיך אזוי דערשראקן ווייל איך בין אויף יענע מאמענט געווען אריינגעסיינט מיט א אנדערע ניק........
עס בלייבט מיר נאר איבער זיך צו וואונדערן, אויב שוין יא אזא גוטע געלונגענע זאך, פארוואס דאן נישט ביי שלח הודעה חדשה, ביים עפענען א נייע אשכול אזויוי איך טוה יעצט, פארוואס קומט אונז נישט די 'סטענדארד' שלח הודעה חדשה ומהירה פענסטערל ? ע'מער ווארטן אפשר וועט עס נאך אנקומען, מיט געדולד. און ווערט נישט געכאפט אין סורפרייז. ...
 |
|
|