בית פורומים היימישע קרעטשמע

היידפארק'ס פויפסט אפגעשטארבן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/6/2006 19:47 לינק ישיר 
היידפארק'ס פויפסט אפגעשטארבן

עס איז מיט גרויס באדויער וואס מיר מעלדן פארן היימישן עולם אז מיין פארגייער דער אידישער פויפסט "בענעדיקט16" איז לא עלינו ולא עליכם אראפגעפאלן פון די מאפע, ער איז ניקס צום האבן מער.

נאך א לענגערע קראנקהייט, וואס האט זיך אנגעהויבן ווען ער האט אמאל פארלוירן דעם פעסווארד צום ניק, און די איינציגסטע וועג וויאזוי ער האט זיך געקענט איינסיינען איז געווען דורכדעם וואס היידפארק האט אויטאמאטיש געהאט זיין ניק און סיסמא (פעסווארד) אוועקגעלייגט אינעם איינשרייבן שאכטל, וואס ווען ער פלעגט דרוקן א ב', פלעגט פון זיך אליין ארויפקומען די גאנצע ניק בענעדיקט16, צוזאמען מיטן פעסווארד.

יעצט אבער, ווען היידפארק האט זיך איבערגעמאכט איר אויסשטעל, איז ליידער בעוה"ר פארלוירן געגאנגען די פעסווארד פונעם ניק, אזוי ארום איז ער געצווינגען געווען צו פארלאנגן פון היידפארק מען זאל אים פון פריש שיקן זיין פעסווארד צום אימעיל אדרעס זיינעם.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענע אימעיל אדרעס לעבט שוין אויך נישט (אויף אלע גוים געזאגט), בין איך געצווינגען צו קומען דא מיט דעם סובסיטוט ניק, וואס איך האב צו מזל געגרינדעט נאך בחייו פונעם פויפסט זכרונו ל.... און איך מעלד דא ברבים איבער די פטירה פון דעם חשוב'ן ניק מיינעם, וואס האט אין איר אינג לעבן פיל אויפגעטאן פאר אידישקייט ... (דא וויינט מען).

באמת וואלט איך געדארפט ארויפלייגן דעם "הלוית המת" תגובה אויף אלע פורומים ווי דער פויפסט עליו השנאבל האט געהאט רשות כתיבה, אבער יוכלה הזמן והם לא יוכלו, דער פויפסט פלעגט דאך אנפירקלן אלע פורומים מיט זיינע תגובות, ובפרט אין די בחדרי חרדים משפחה אידיש פורום וואו ער איז געווען אין די הנהלה, ועתה אהה איננו כי לקח אותו ..... ועל זה ידוו כל הדוים, וכל בית היידפארק יבכו את השריפה אשר שרף בלא בלא בלא.

לאמיר האפן אז עס וועט שוין זיין מחה כל פנים והריני מחילת כפרתו, שלא ישמע עוד שוד ושבר בפארקינו, און מיר זאלן שוין הערן נאר גוטע בשורות... במהרה בימינו אקעי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 20:04 לינק ישיר 

בשם הנהלת הקהילה ווילן מיר אוידריקן אונזער צער און באדויער אויף די פגירה פון פויבסט פען-עדיקט הרינו מחילת כפרתו. באזונדער ווילן מיר אויסדריקן אונזער מיטווייטאג צו די צענדליגע חשובע קאלעגע ניקס זיינע (געשטארבענע ווי לעבעדיגע....), וועלכע זענען אלע געוען און זענען נאך אלס באוואוסט אלס אוהבי ישראל והייד פארק. די קהילה טוט אויסדריקן איר צער און מיטגעפיל צוזאמען מיטן פארגאנגענעם שבת'דיקן טשולענט....... סטעי אוועי טו טאוזענט פיט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2006 20:06 לינק ישיר 

אין מסורת גייט עס שוין אויך נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2006 20:19 לינק ישיר 

יאנאש. גראדע איז מיר דאס נישט בייגעפאלן, עס וואלט ווען געברויכט ארבעטן ביי מסורת, אבער מעשה 'שטן'(?) הצליח... עס ארבעט נישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 20:19 לינק ישיר 

המקום ינחם אותך בתוך.......



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/6/2006 20:44 לינק ישיר 

כ'פארשטיי זיך נישט?, דער פויבסט נאכ'ן שטארבן אין רוים איז ער דאך לעבעדיק געווארן אין היידפארק, טא וויאזוי איז ער נאכאמאל געשטארבן, מיר נעמן דאך אהן אין מיתה אחר מיתה אלא להחיות? אתמהה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 20:48 לינק ישיר 

ביי מיר באנג טוהן די פויבעסט געשטארבען מיר מיט דע מאמעניו מעוויינט און מעגיסט דע טרערן שוין איבער געפילט דע גאנצע ערד פון דע טרערען עס קומט נאך טרערען פון דע טרערען וואל דע גאנצע שטיבעלע זאלצעדיג פון דע טרערען האמוקוים יענאחעם עתכעם בעתויך שעאר אביילע ציען ביערישאליעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2006 21:16 לינק ישיר 

סאכדעס, דו ביסט געפערליך צומישט. ווען פויפסט דזשאן פאול דער צווייטער איז געשטארבן אין רוים, איז אויפגעקומען בענעדיקט16 אין רוים און אין היידפארק, יעצט איז דער פון היידפארק געשטארבען, בעת דער פון רוים לעבט און לאכט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 22:56 לינק ישיר 

גערעכט כאב געמיינט אז דע נאמען בענעדיקט איז על שם דעם געשטארבענעם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2006 23:26 לינק ישיר 

המקום מנחם אותך בנציון וירושלים כאף אז יעצט וועסטו שוין נישט זיין אזא שונא ישראל אז דיין אויבעהאר דער פויפסט הריני מחילת כפרתו (וועא"מ) איז שוין א פארגאנגענהייט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/6/2006 23:31 לינק ישיר 

חבל על דאבדין, טאקע א פיינער שרייבער געווען.

איך האף אז יעצט טטעסטו שוין אפשרייבן דיינע פעסווארדס ערגעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/6/2006 01:37 לינק ישיר 



אוי, עס וויינט דאס גאנצע משפחה, עס וויינען די הימלען, טרערן ווערן פארגאסן ווי פאפקארן אויף די ערד נאך א שטורעמישן מיטונג, ווי קען מען דאס דערטראגן, [קול מבשר]שנשמע ונתבשר בשורות טובות[סקול מבשר]

ווען מען פרעגט ווען מיך, וואלט איך אויסגעריסן דעם "סיסמא" מיט אלע זיינע באק-ציינער, וואס איז דאס? מיין נאמען אליין איז נישט גענוג ערלויבט צו שרייבן, נאר ווען מיין הויז-בחור דער "סיסמא" באגלייט מיך?

זיץ איך אין אפיס, איך וויל אריינלייגן א גוטס, און דא, אן א סיסמא קען מען זיך נישט רירן.

כאילו איך וויל דא מאכן א "ווייער-טרענספער" פון עשרת אלפים ככר כסף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2006 01:38 לינק ישיר 

איי עם סארי איך קען דיך נישט מנחם זיין , ווייל מיר האט מען אויסגעלערנט אז צו וועם מ'גייט נישט צו קיין חתונות גייט מען נישט צום מנחם זיין ,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2006 03:56 לינק ישיר 

מיחאה אדירה !! מיר די קהילה הקדושה פון דעם מקום קרעטשמע מעט, טוט שטארק מוחה זיין אויף דעם וואס א יחיד מיט א דעה יחידאה בר יחידאה וריש יחידאה, האט זיך אליינס גענומןע דאס ווארט איבערצוגעבן בשם הנהלת הקהילה, א ניחום אבלים און א צער אויסדרוק צו דעם גראף יר"ה פארן פארלירן זיין געוועזענם ניק 'בענעדיקט16'. [מיר איז בכלל שווער: איז ער א גראף אדער א פויבסט? איך פארשטיי נישט] וואס אן אמת, האט די קהילה ביזדעווייל נאכנישט באשלאסן צי מען זאל יא אדער נישט מפרסם זיין די ניחום, און נאכמער פון דעם, אפילו אן אסיפה דערוועגן איז נאך ניטאמאל פארגעקומען, און דעריבער קען זיך יעדער איבערצייגן די ווארהייט פון די זאך, אז דער יחיד -איך וויל נישט פורש בשמו זיין - האט דאס געטון לויט זיין אייגענעם פארשטאנד און דאס שפיגלט איבערהויפט נישט אפ די אמת'דיגע אפיציעלע הודעת הקהילה. אמת, יא ס'יז געווען גראדע אן אסיפה אין די פראוויזארישע קהל שטיבל היינט נאכמיטאג אבער צוליב די שפעטע שעה האט מען נישט אויספיעט אויפצוברענגען דעם נושא, מען האט בלויז דן געוון איבער די ברענענדיגע "בלאג" פראבלעמען וואס האט זיך לעצטענס שטארק פארשפרייט בעונה"ר צווישן דעם היימישן עולם ואכמ"ל. ומכאן הבערה ללאו יצאת ! עס זאל קיינער נישט מיטשטיין מיט דעם יחיד העושה על דעת עצמו, דעת בעל הבית היפך דעת תורא. און באזונדער טוען מיר די קהילה ווארענען ער זאל שוין צוריקציען פון זיינע פאלשע באהויפטונגען בשם די קהילה, און ער זאל זיך צוריקכאפן באצייטנס כדי מיר זאלן נישט געצווינגען זיין צו נעמען שארפע שריט, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום וכו'......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2006 15:58 לינק ישיר 

משנה למלך,

איך האב דיר צו זאגן דריי זאכן

איינס, געדענק איך בין נישט אליין, מיין סיסמא באגלייט מיך אויף טריט און שריט, יעדע זאך וואס איך זאג איז מיט די פילע גוטסהייסונג פון מיין סיסמא! דרך אגב: ווער איז דער יחיד?

צוויי, מיר זענען מוחה אויף דיין מחאה!! געדענק עס איז נישט ערלויבט מוחה צו זיין, ובפרט אינטערן ליילעך פון "קרעטשמע"

און זאל דא איינמאל פאר אלעמאל אויסגעשריגן ווערן: מחאה איז נישט קיין געצייג אין קרעטשמע, נישט אין די אלטע און זיכער נישט אין די נייע.

מיר פארשרייען יעדעס מחאה, יעדעס ווארט וואס ענדעלט צו דעם איז אפגעפרעגט מיסודו.

ובזה יצאנו ידי מחאותינו

המוחים
*****
די דריטע זאך האב איך שוין פארגעסן..


און צו דיר בענעדיקט, א שאד א שאד, ליידער צו דיין אייגענע לוי' האט מען דיר נישט צוגעלאזט, אזוי טראגיש אומגעקומען...

לאמיר זיך אלע אפלערנען דערפון, ארויסצוגעבן די סיסמא'ס פאר חברים בעוד מועד... ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2006 16:09 לינק ישיר 

אויף אלע גויים געזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > היידפארק'ס פויפסט אפגעשטארבן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext