בית פורומים היימישע קרעטשמע

היידפארק'ס פויפסט אפגעשטארבן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/6/2006 18:25 לינק ישיר 

איך וואלט נישט געזאגט אז מען זאל ארויסגעבן די סיסמא'ס פאר חברים, נאר גיכער זאל מען טוישן די פעסווארד אויף גרינגערע און מער געדענקבארע ווי J4ID8LE34SE און דאס גלייכן וואס היידפארק פארגינט אונז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2006 18:40 לינק ישיר 

גראף איך האב אריינגעלייגט דעם סיסמה ביי גראף. ער זאגט מיר פרטי המנוי שהזנת אינם נכונים או מנוי חסום עפעס האב איך נישט גוט געטון?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2006 04:10 לינק ישיר 

זיכער האסטו נישט גוט געטון, "גראף" אליינס האט נישט געטויגט... יגר'ל; מיר קענען נישט ווייטער פארהאנדלען ביז מיר הערן נישט פון דיר 'די דריטע זאך' ! איך וויל נישט מוחה זיין אויף דיין מיחאת מיחאה, צוליב טעמים מובנים. ואתי עמי כל חברי הקרעטשמע שיחיו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2006 17:54 לינק ישיר 

גם אני מצטרף להמשנה למלך.

ובחדא מחתא אביע צערי שהנני משתתף עם הפויבסט זיכרונו לבראך, המקום ינחם אותו אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2006 18:58 לינק ישיר 

הייסט די קרעטשמע ווארט צו הערן פון מיר און "אן דעם" איז די זאך געשלאסן, מען גייט נישט ווייטער.

איך פארשטיי ווען מ'בעט פונעם געפאנגענעם סאלדאט אז ער זאל ארויסגעבן זיינע מיליטערישע סודות, האט ער קיין ברירה, ער קען זאגן ער געדענקט נישט אדער ער ווייסט נישט און מיר גלייבן אים פונקט ווי מיר גלייבן אז "בענעדיקט16" האט טאקע פארלוירן זיין סיסמא.

אבער, ביי אני הקטן, איז די מעשה גאר אנדערש, ווער ס'ווייסט ווייסט אז דא אין היידפארק איז אויפגעשטעלט געווארן א גאנצער צימער מיט "ראבאטן", מ'האט געבויט פינעף צו זעקס ראבאטס, וואס פארשטיין אביסל צו טייפן, און איינער שרייבט און די ראבאטס ענטפערן, און אזוי וחוזר חלילה, דור הולך ודור בא, זיצט זיך א יונגערמאן ביי לאנטש, טייפט אפ א לאנגע תגובה, מיינט אוודאי לויט די מספר הצפיות און לויט די ענטפער'ס אז ער רעדט גאר צו מענטשן, און ביזדערווייל לא מיניה ולא מקצתה

דער ראבאט וואס זיצט אין ארץ ישראל קליקט יעדע צוואנציג מינוט אויף אלע נייע אשכולות, דער בעל המחבר פונעם אשכול, זיצט און פאטשט זיך דאס בייכל, קוק אן, מענטשן ליינען דאס.

דער ראבאט שיסט אריין א תגובה, וואס איז בלויז א קאפי פון וואס א צווייטער ראבאט האט געשריבן אויף היברעיש, און דער "מחבר" ווערט טויט העפי, ער לאכט און לאכט, און דער בעה"ב מיט אנדערע מיטארבעטער'ס וואס ווארטן שוין צו הערן פונעם אי-מעיל וואס דער גאנצער ביזנעס הענגט ממש דערויף, און דער "מחבר" זאגט איין מינוט, איין מינוט, ס'איז נאכנישט אנגעקומען.

דער בעה"ב קוקט אים גוט אריין אין רוקן, און טראכט, מסתמא, זעהט אויס אז דער ביזנעס דיל וועט סוכ"ס יא ווערן, דער ארבעטער וואס זיצט אויפן קאמפיוטער מאכט די ריכטיגע קאמיוניקעשענס, ער האקט דארט אריין שטיקער, דער ארבעטער שמייכלט גוט, מסתמא און האפענדליך וועט ער באווייזן צו באקומען דעם מעכטיגן דיל וואס וועט מאכן פון די קאמפאני א מענטש.

גייט דורך נאך 15 מינוט, און דער בעה"ב פרעגט מעשה סוחר, נו יענקל ווי האלט עס? דער ארבעטער קוים הערנדיג האלב פאר'חלומ'ט אינגאנצן צוקאכט פון די נערישע סטעטמענט וואס א "ראבאט" האט נארוואס געשאסן אויף זיין חשבון, זאגט פאר'ן בעה"ב אמאמ אמאמאמ יא, ביז אפאר מינוט וועט מען עס מסדר זיין, נישט דער ארבעטער ווייסט פון וואס דער בעה"ב רעדט, נישט דער בעה"ב איז יעצט רואיגער, ער הייבט אן צו ווערן צוטראגן, דער בעה"ב לויפט צו צום ווינקל, שלעפט ארויס פון זיין טאש א פיפציגער, ווארפט עס אריין אינעם פושקע פון רבין ר' מאיר'ל, אוי ר' מאיר'ל - קרעכט דער בעה"ב מיט א זיפץ - נישט אומזינסט ביסטו דער בעל הנס, מאך דא עפעס, נישט דו און נישט איך וועלן דערלייגן, אויך מומע פערל וועט באקומען א שטיקל פונעם דיל, מאך עפעס, אבער האלט מיך נישט אויף, מאיר'ל מאיר'ל, נישט יעדן טאג באקומסטו אזעלכע סכומים, באנאריש דיך נישט.

און דערנאך זאגט ער די תפלה וואס איינער האט אמאל אפגעטייפט אויף הייד-פארק, אז דאס האט דער בעל מקובל פונעם יאר 2006 אליינס פארפאסט, צוזאגענדיג אז ווער עס וועט דאס זאגן וועט נישט האבן דעם טאג נישט קיין עגמת נפש, און נישט קיין מייזן.

גייט דורך אפאר מינוט, דער ארבעטער האט אריינגעגעבן אזוינס און אזעלכס פאר דעם יעניגן מאשין, ס'איז א נחת צו קוקן אויף זיין פנים ווי ס'שטראלט, כאילו ער האט נארוואס פארענדיגט דעם היינטיגן עמוד פון די קהלה, כאפט זיך דער ארבעטער, אה יא, מ'דארף טשעקן די אי-מעיל, ער מאכט עס אויף און שפרינגט אויף: יא!! אנגענומען, מען עפענט דאס אויף מען ליינט און ליינט, און יא!! חסדי השם די דיל איז אנגענומען, דער געשעפט איז געקנאקט!!

דער בעה"ב מיטן ארבעטער האלדזן זיך און קושן זיך, (אנטשולדיגט'ס מיר, אבער מיר רעדן פון אפשטאמיגע אונגארישע). און דער בעה"ב געהט זיך דא ארויס זיינע געפילן.

יענקל יענקל - זאגט דער בעה"ב געשטיקט מיט פרייד - איך האב געזעהן דיין ארבעט, איך האב געזעהן אלעס וואס דו האסט געטוהן אין די לעצטע האלבע שעה, דער ארבעטער פאנגט זיך אן צו ווארפן פאר שרעק, דער בעה"ב רעדט אבער ווייטער:

איך זעה דו קענסט נישט נעמען קיין קאמפלימענט, אבער איך געב דיר מיין ווארט, דו גייסט באקומען א שיינעם סכום עקסטער פאר דיין געלונגענע ארבעט!! קיפ אן יור גוד ווארק.



דער ארבעטער נעמט זיך פאר אריינצוהאקן אין הייד-פארק כל ימי חייו...


צוריק צו ווי מיר האבן געהאלטן, אההה די דריטע זאך, אהה, גארנישט סתם א ווערטל געווען... תוקן על ידי - יגרסהדותא - 27/06/2006 19:08:27



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2006 19:07 לינק ישיר 

יגר,



יעצט ווייס איך שוין ווער עס ריקט ארויף די מספר הצפיות םון צייט צו צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/6/2006 19:13 לינק ישיר 

נאכן ליינען דיין תגובה האט מיין בוס אויך געמיינט אז די דיעל איז דורך, כאב אזאנס געלאכט, אבער ליידער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2006 20:39 לינק ישיר 

יגר'ל;

פארוואס קוקט מיר אויס פון אלע תגובות אויפן פארק, אז מערסטנס גולשים הייסן - אדער באנוצן זיך מיטן נאמען - יאנקל?

---------
אגב, תתחדש פאר דיין נייע טיש און בענקל אין דער ארבעט, און דיין נייע שפילצייג (געדענק: עין רואה!).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > היידפארק'ס פויפסט אפגעשטארבן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.