קרעמער נייעס אגענטור - מאנטאג קרח תשס"ו יום" /> פורום: היימישע קרעטשמע - מיינע הערות פאר קרעמערס נייעס סטאנציע – בחדרי חרדים
בית פורומים היימישע קרעטשמע

מיינע הערות פאר קרעמערס נייעס סטאנציע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/6/2006 00:01 לינק ישיר 
מיינע הערות פאר קרעמערס נייעס סטאנציע

אזוי ווי הרב קרעמער שליט"א האט אין זיין בלאגעלע אפגעשריבן א גאנצע באריכט,
און נישט איבער געלאזן קיין ספעיס אינדערמיט ווי צו מגיב זיין בין איך עס דא מגיב


>קרעמער נייעס אגענטור - מאנטאג קרח תשס"ו




יום מאנטאג קרח

וועלטליכע נייעס
זיבן סוני אויפשטענדלער גרופעס
האבן שוין דערווייל געמאלדן זייער גרייטקייט צו פארהאנדלען מיט די איראקער רעגירונג איבער
דעם "אמנעסטיע" פראגראם וואס פרעמיער מיניסטער על-מאליקי האט פארגעשלאגן דעם פארגאנגענעם
פרייטאג.

פופצן איראקער זענען היינט אומגעקומען ווען א מעכטיגע באמבע האט אויפגעריסן אין א
געפאקטן גרינצייג מארקעט אין "הִילאַ" איראק. א קורצע וויילע דערויף, זענען 20 אנדערע אומגעקומען ביי א
באמבע אויפרייס אינעם "בּאַקובּאַ" ראיאן.
גלייכצייטיג האט דאס אמעריקאנע מיליטער געמאלדן אז א
מארין איז אומגעקומען פון וואונדן וואס ער האט געליטן ביי שלאכטן אינעם "אַנבּאַר" פּראווינץ, די
געפארפולסטע געגענט אין איראק.

נא נישט אזוי
אינטערסאנט האו קערס


**

די כאמאס גרופע וואס האט נעכטן
געקידנעפט א מדינת ישראל סאלדאט, האבן היינט פארלאנגט די באפרייאונג פון 500 ארעסטאנטן –
מערסטנס פרויען און יונגע ארעסטאנטן אונטער 18 יאר – פון מדינת ישראל טורמעס, אין אויסטויש פאר
אינפארמאציע איבער דעם פארכאפטן 19 יעריגער זעלנער "גִלְעָד שַׁלִיט".
דער מדינת ישראל
פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט האט אבער געזאגט אז מדינת ישראל איז נישט אינטערסירט צו
פארהאנדלן מיט די טעראריסטן, און וועלן מעגליך אונטערנעמען מיליטערישע אקציעס אים צו באפרייען, אויב
די דיפלאמאטישע וועגן וועלן נישט ברענגן די געוואונטשענע רעזולטאטן.

color=#cc0000>דער אייבערשטער זאל העלפן סזאל קיין איד נישט שאטןFONT>

**
אמעריקאנע נייעס
>פרעזידענט בוש האט היינט שארף פארדאמט די 3 אמעריקאנע צייטונגן וועלכע האבן פארעפנטליכט
דעטאלן פון געהיימע אויסשפּיר וועגן וויאזוי דאס אמעריקאנע רעגירונג האלט אן אויג אויף פארדעכטיגע
טראנזאקציעס פון געלט וואס קענען מעגליך גענוצט ווערן צו שטיצן טעראר.
דער פרעזידענט האט
געזאגט אז אזעלכע באריכטן שעדיגן שטארק דעם לאנד, און מאכט שווערער פאר אמעריקע צו געווינען דעם
מלחמה אקעגן טעראר.

גוט מארגן ער האט זיך
אויפגעוועקט, טו לעיט


**
עטליכע פעדעראלע בילדינגס אין
וואשינגטאן די.סי. זענען היינט מאנטאג געווען געשלאסן, צוליב די שווערע רעגנס וואס האבן באגאסן יענעם
ראיאן די לעצטע פאר טעג, פארשוועמנדיג ראודס און פארשווערנדיג דעם פארקער אין די הויפט גאסן פון
אמעריקעס הויפשטאט.
די שטורעם האט באדעקט די גאסן פון שטאט מיט 7 אינטשעס רעגן דורכאויס
די לעצטע 24 שעה פון זונטאג ביז היינט, און מער רעגן ווערט ערווארטעט צו קומען.
אין די סובּאָרבּס
פון וואשינגטאן, האבן זיך די פאליציי געמוזט באנוצן מיט שיפלעך צו ראטעווען מענטשן וואס זענען
געשטראנדעט געווען צוליב די פארפלייצונגען.
פרעזידענט בוש אליין איז אויך נישט פארשוינט געווארן
פונעם שטורעם, א ריזיגע בוים אינעם פאדערשטן הויף פונעם ווייסן הויז האט זיך צובראכן פון די שווערע
ווינטן און האט געלאנדעט אויף א ראוד, שטערנדיג דעם פרעזידענט ארויסצופארן.<
BR>
איך שוין זיי גארנישט.FONT>

**
ביזנעס נייעס
סטאקס
זענען היינט געשטיגן נאכדעם וואס עטליכע גרויסע קאמפאניס האבן געמאלדן איבער נייע דיעלס וואס זיי
האבן געשלאסן אפצוקויפן אנדערע גרויסע קאמפאניס – צום ביישפיל, די "דזשאנסאן און דזשאנסאן"
קאמפאני'ס דיעל וואס וועט אויסקויפן "פייזער'ס" געזונטהייט פראדוקטן פאר 16 ביליאן דאלער אין קעש –
וואס דאס צייגט אויף די שטארקייט פון די עקאנאמיע.
ביים ענדע פונעם טאג האט די דאו-דזשאונס
געהאלטן מיט 56 פונקטן העכער, ביי "עלף טויזנט און פינף און פערציג".<
BR>
קענסט מיר קרעמער אויספועל אז פייזערס זאל געבן
די מעשר פאר מיר, ווייסטו וואס איך בין צופרידן פון די מעשר מן המעשר.FONT>


**
לאקאלע נייעס
ביי א
צערעמאניע אין מעדיסאן סקווער גארדען האט מעיאר בלומבערג היינט איינגעשוואוירן 1,200 נייע פאליציי
אפיצירן וועלכע האבן נארוואס גראדואירט פון די פאליציי אקאדעמיע.
די נייע גרופע פאליציאנטן זענען
צוזאמגעשטעלט פון אלע סארטן, איבער 30 פראצענט פון זיי זענען ספאנישע, און 7 פראצענט זענען
אזיאנער (20 פראצענט דערפון זענען פרויען).

און
וויפיל חסידישע?


**
א 23 יעריגער איז היינט אינדערפרי
אומגעקומען דורך א טרעילער אין מאנהעטן, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן קאנטראל פון זיין בייק פארנדיג
צווישן צוויי לעינס מיט קארס.

קיינער האט עים נישט
געהייסן פארן אינמיטן ראוד.


**
א ריזיגע שיסל פעני'ס וואס איז
געליגן אין די האלוועי פון א דירה אין ברוקלין, האבן אפגעהאלטן א בולעט – וואס האט אדורכגעלעכערט דעם
פאדערשטן טיר פון די אפארטמענט – צו גיין ווייטער אין די אפארטמענט און פאראורזאכן מער שאדן.
>דער אייגנטומער פונעם הויז, א לאיער פאר טענענטס אין ניו יארק, זאגט אז ער האט געהערט א קראך
וויאזוי גלאז צוברעכט זיך, און ער האט באמערקט א לאך פון א קויל אין די פאדערשטע טיהר, און די בולעט
האט זיך אפגעשטעלט ביים גרויסן גלאזערנעם 'דזשאר' אנגעפולט מיט פעני'ס וואס דער מענטש האט
געהאלטן ביי זיך אינדערהיים.


איך גיי שוין
אנהייבן צו סעיוון פעניס, אז סקען ראטעווען דאס לעבן.FONT>


**
אין אנדערע נייעס
א
באריכט וואס איז ערשינען דעם פארגאנגענעם פרייטאג צייגט, אז אמעריקאנער זענען היינט צוטאג מער
איינזאם און איזאלירט פון גוטע פריינט ווי מיט 20 יאר צוריק.
א פערטל פון די אויסגעפרעגטע האבן
געזאגט אז זיי פארמאגן נישט קיין "1" נאנטע פריינט מיט וועמען זיי קענען זיך אדורכשמועסן אלע זאכן וואס
ליגן זיי אויפן געוויסן, און א האלב פון די אויסגעפרעגטע האבן יא געזאגט אז זיי האבן "1" אדער "2" נאנטע
מענטשן מיט וועמען זיי שמועסן זיך אדורך.
טייל פון די שולד ווערט אנגעלייגט אויף דעם וואס מענטשן
ארבעטן היינט מער שעות ווי אמאל, אויך איז מען היינט פארנומען מערערע שעות פונעם טאג מיט די אלע
סארט טעכנאלאגיעס וואס זענען ערפינדן געווארן אין די לעצטע צוואנציג יאר, בלייבט נישט איבער קיין צייט צו
פארברענגן מיט גוטע פריינט.

נא ווער וויל ווערן מיין
פרענט?


**
געזונטהייט נאטיץSTRONG>
די "באסטאן סייענטיפיק קארפארעישן" האט היינט צוריקגערופן
מערערע "דיפריבּילעיטארס" און "פעיס-מעיקער" הארץ מאשינען, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז
עס קען צומאל אויפהערן ארבעטן צוליב א פראבלעם וואס שאפט זיך אין די עלעקטרישע טייל.
די
פירמע האט געווארנט עלטערע מענטשן וואס האבן איינגעפלאנצט די סארט "פעיס-מעיקער'ס" צו
פארבעסערן דעם הארץ קלאפעניש, זיי זאלן באזוכן א דאקטער ווי פריער, צו זען אויב עס פונקציאנירט ווי DIV>


איך האף אז קרעמער איז נישט ברוגז פארן אהערשלעפן זיין שווער אויסגעהארעוועטע ארטיקל



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2006 00:31 לינק ישיר 

חס ושלום, איך בין נישט ברוגז אז מען ברענגט דא אהער ציטאטן פון קרעמער'ס נייעס אגענטור, אדרבה.

בנוגע זיין דיין פרענד, ... געב מיר דריי טעג זיך איבערצוטראכטן...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/7/2006 05:54 לינק ישיר 



צום ערשטן מאל נאך א לענגערע תקופה, האט די קרעמער נייעס אגענטור היינט ווידער אנגעהויבן געבן א קורצע איבערזיכט אויף אלע נייעסער פונעם טאג, כאפט א בליק, ליינט מיט הנאה און לאזט איבער א קאמענטאר:

http://kraitchme.blogspot.com/



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/7/2006 19:02 לינק ישיר 

יום זונטאג ואתחנן אינדערפרי*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

אידישע נייעס

דער פאליציי שעף אין סיאטעל וואשינגטאן האט אויסגערימט די העארישע אקציע פון א אידישע פרוי וועלכע איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג געשאסן און פארוואונדעט געווארן דורך דעם אראבישן טעראריסט אין די פעדערעישאן געביידע, און האט באוויזן צוצוקריכן – טראץ די שווערע וואונדן – צו איר אפיס און אויפהייבן א טעלעפאן, פון וואו זי האט גערופן 911, און אפילו ווען דער מערדער איז אריינגעקומען און איר געהייסן אראפלייגן דעם טעלעפאן, האט זי זיך נישט דערשראקן, נאר איבערגעגעבן פאר די פאליציי אלעס וואס איז דארט פארגעגאנגען ביים שיסעריי.

שפעטער האט זי איבערצייגט דעם שיסער אליין אז ער זאל קומען צום טעלעפאן, ער האט גערעדט מיטן פאליצייאישן דיספעטשער א קורצע וויילע, פארלאנגענדיג אז אמעריקע זאל ארויסציען אירע טרופן פון איראק און זאגנדיג אז אמעריקע באהאנדעלט שלעכט די מוסולמענער איבער די וועלט.

דאן איז געלונגען פאר די פאליציי אים איבערצורעדן אז ער זאל אויפגעבן זיין קאמף, אראפלייגן דעם רעוואלווער, און ארויסקומען פון די בילדינג מיט די הענט אין דער הייך. ער האט טאקע אזוי געטאן, און איז יעצט ארעסטירט אויף פופציג מיליאן דאלער בעיל.

**

עס איז באקאנט געווארן אז דער מערדער האט זיך אריינבאקומען אין די געביידע דורכן נעמען א דרייצן יעריג קינד פאר א משכון. ער האט זיך באהאלטן צווישן ביימער אינדרויסן פון די בילדינג, און ווען דאס קינד האט געוואלט אריינגיין, האט ער צוגעלייגט א רעוואלווער צו איר קאפ און געצווינגען אים אריינצולאזן אין די פארשלאסענע געביידע, דאס קינד איז ארויס אומבאשעדיגט.

**

נייעס פון מיטל מזרח

מדינת ישראל קריגס עראפלאנען האבן די נאכט אדורכגעפירט א בלוטיגע אטאקע אויפן שטעטל "קאַנאַ" אין דרום לבנון, שיסנדיג מיסילס אויף עטליכע געביידעס וואו מענטשן זענען געשלאפן, אומברענגנדיג איבער 56 ציווילע, אריינגערעכנט 34 קינדער.

א ווארטזאגער פאר די איזראעלישע ארמיי האט געזאגט אז פון יענע געגענט פלעגן ארויסגעשאסן ווערן אסאך פון די ראקעטן וועלכע האבן געלאנדעט אין די צפון געגענטער פון מדינת ישראל. אויך האט ער געזאגט אז מען האט באצייטנס געווארנט די איינוואוינער פונעם שטעטל צו פארלאזן זייערע היימען בעפאר די באמבערדירונג.

גלייך נאך די אטאקע, האט די לעבאנעזער רעגירונג געבעטן פון סעקרעטערי אוו סטעיט רייס וועלכע האט פלאנירט צו באזוכן ביירוט היינט זונטאג, אז זי זאל נישט קומען, ווייל לבנון איז נישט אינטערסירט אין קיין שום קעגנזייטיגע פארהאנדלונגען, נאר אין א זאפארטיגע פייער אפשטעל מצד מדינת ישראל.

**

טויזנטער אויפגעברויזטע לעבאנעזער האבן נאך די אטאקע געשטורעמט די יו.ען. הויפטקווארטיר אין לבנון, וואו זיי האבן צובראכן די פענסטער פון די געביידע און צושטערט אלע אפיסעס, שרייענדיג "טויט צו מדינת ישראל, טויט צו אמעריקע".

וועלט פירער האבן שארף פארדאמט די אטאקע אין "קאנא", פראנקרייכ'ס פרעזידענט דזשאק שיראק האט געזאגט אז דאס איז געווען אן אומבארעכטיגטע אטאקע אקעגן ציווילע, און ירדן'ס קעניג אבדולא האט געזאגט אז מדינת ישראל האט מיט דעם צושטערט אלע אונטערנאציאנאלע געזעצן.

חיזבאלא און כאמאס האבן ביידע פארשפראכן נקמה צו נעמען אין מדינת ישראל צוליב די ברוטאלע אטאקע וואס זיי האבן אדורכגעפירט אין קאַנאַ.

**

נעכטן, שבת, האבן מדינת ישראל עראפלאנען באמבערדירט דעם שטעטל "נאַבּאַטיע" אין לבנון, אומווארפנדיג א הויז און אומברענגענדיג זיבן מיטגלידער פון איין משפחה.

צוויי יו.ען. שלום-היטער זענען פארוואונדעט געווארן פון א איזראעלישע לופט אטאקע אין דרום לבנון, בלויז איין וואך נאכדעם וואס פיר אנדערע שלום-היטער זענען אומגעקומען דורך די איזראעלישע לופט כוחות.

**

פינעף מענטשן זענען היינט פארוואונדעט געווארן אין מדינת ישראל פון די אנגייענדע ראקעטן אטאקעס אין צפול טייל פון לאנד.

איבער הונדערט ראקעטן זענען היינט געפאלן אויף די געגענטער נהריה, קרית שמונה, צפת, עכו, טבריא און נעבן מעלות, מערסטענסטייל זענען זיי געפאלן אויף אפענע אומבאוואוינטע געגענטער.

**

דיפלאמאטן איבער די וועלט זאגן אז די בלוטיגע אטאקע וואס מדינת ישראל האט די נאכט אדורכגעפירט אין לבנון, וועט אפשטופן די פארהאנדלונגען אינעם יו.ען., וואו עס האט לויטן פלאן געברויכט אדורכגעפירט ווערן א רעזאלוציע דעם מאנטאג אדער דינסטאג רופנדיג פאר א פייער אפשטעל און העלפן ענדיגן די שלאכטן דורך אריינשטעלן אונטערנאציאנאלע שלום-היטער טרופן צו באוואכן דעם ראיאן.

**

וועלטליכע נייעס

א קאר וואס איז געווען אנגעפולט מיט אויפרייס מאטעריאל האט נעכטן נאכט אויפגעריסן נעבן די אמעריקאנע קאנסולאט אין קירקוק, איראק, אומברענגענדיג צוויי איראקער און פארוואונדענדיג זיבן אנדערע. קיין שום אמעריקאנער זענען נישט געשעדיגט געווארן פונעם אויפרייס.

דאס איז געווען די זיבעטע קאר באמבע אויפצורייסן אין קירקוק, וואו די אראבער און די קורדן פארמעסטן זיך ווער עס זאל האבן קאנטראל אויף די רייכע אוצרות פון אויל וואס געפונען זיך אין יענעם געגענט.

**

וויילנדיג אין איראן אויף א צוויי טאגיגן באזוך, האט ווענעזועלא'ס פרעזידענט יוגאָ שאַוועז פארשפראכן צו שטיין צו הילף פאר איראן אין איר קאמף אקעגן אמעריקע.

דער איראנער פרעזידענט האט אויך פארשפראכן ארויסצוהעלפן ווענעזועלא אויפצובויען א נייע פייפליין פאר אויל, די צוויי לענדער זענען פון די גרעסטע אויל פראדוצירער אין די וועלט, און זענען ביידע אויסגעשפראכענע פיינט פאר אמעריקע.

**

אמעריקאנער און אפגאנער זיכערהייט קרעפטן האבן נעכטן אדורכגעפירט א געלונגענע אטאקע אויף טאליבאנער מיליטאנטן, אומברענגענדיג 20 טאליבאנער, און צושטערנדיג אן אנפאל וואס די טאליבאנער האבן פלאנירט אדורכצופירן אין דרום אפגאניסטאן.

פארגאנגענעם פרייטאג זענען 18 טאליבאנער און 4 אפגאנער פאליציאנטן אומגעקומען ביי שלאכטן צווישן די קעגנזייטיגע גרופעס.

לויטן פלאן וועלן נאַט"אָ קרעפטן מארגן איבערנעמען קאנטראל אויף די פראווינצן פון דרום אפגאניסטאן.

**

אמעריקאנע נייעס

קאנגרעס האט נעכטן אדורכגעפירט א ביל, העכערנדיג דעם מינימום וועידזש צום ערשטן מאל אין צען יאר.

די ביל, וואס איז אדורכגעפירט געווארן מיט א מערהייט פון 230 אקעגן 180 קאנגרעסלייט, וועט העכערן דעם מינימום געהאלט פאר אמעריקאנער ארבייטער, פון פינעף דאלער מיט פופצען צענט א שעה, ביז זיבן דאלער מיט פינעף און צוואנציג צענט א שעה, די העכערונג וועט צושטאנד קומען אין לויף פון דריי יאר.

די רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן אדורכגעפירט דעם געזעץ אינאיינעם מיט א צווייטע געזעץ, וואס וועט שטארק שניידן די שטייער וואס יורשים פון רייכע פארמעגענס דארפן באצאלן פאר די רעגירונג.

די ביל גייט יעצט צום סענאט, וואו עס וועט אויפגענומען ווערן מיט שטורמישע דעבאטעס פון ביידע פארטייען, צוליב די האקעלקייט פון די צוויי געזעצן.

**

זעקס מענטשן זענען געשאסן געווארן צום טויט אין די גאסן פון ניו ארליענס אין די פארגאנגענע 24 שעה, ברענגנדיג זארג אז דאס וועט שטארק אפעקטירן די שטאט וואס מוטשעט זיך שווער זיך צוריקצושטעלן אויף די פיס זינט זי איז חרוב געווארן דורך האריקעין קאטרינע מיט א יאר צוריק.

**

ביזנעס נייעס

די סטאק מארקעט האט פאריגע וואך געהאט גאר א געשמאקע וואך, שטייגענדיג אין איין וואך איבער דריי פראצענט, די גרעסטע וואוקס אין איין וואך אין איבער א יאר צייט.

פרייטאג אליין איז די דאו דזשאונס געשטיגן מיט 119 פונקטן, צוליב האפענונג אז די פעדעראלע רעזערוו וועט מער נישט העכערן די אינטערעסט ראטעס.

**

לאקאלע נייעס

וועטער עקספערטן זאגן פאר א היץ כוואליע וואס וועט באטרעפן די ניו יארקער אומגעגענט אין די קומענדיגע פאר טעג, ווען די טעמפרעטוארן וועלן דערגרייכן אין די הויכע ניינציגער, און מיט די יומידעטי וועט זיך עס שפירן ווי איבער הונדערט דעגרי.

די הייסע וועטערס האבן זיך שוין אנגעהויבן נעכטן שבת קודש, און ווערן ערווארטעט אנצוהאלטן ביז מיטוואך ערב תשעה באב.

אזוי ווי די טעג קען מען זיך נישט אפקילן אין סווימינג פול וכדומה, זאלן מענטשן מער אכט געבן אויפן געזונט, און זיך דרייען ווי ווייניגער אויף די גאסן, מען זאל טרונקן אסאך וואסער, אפילו אויב מען שפירט זיך נישט דורשטיג.

**

קאן עדיסאן האט שוין ווידער געברויכט ארבעטן שווער צוריקצושטעלן די עלעקטריסיטי אין סטעטן איילענד, צום דריטן טאג אין א רייע, נאכדעם וואס פינעף טויזענט קאסטומערס האבן פארלוירן די עלעקטרישע קראפט, צוליב די שווערע רעגנס פונעם פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג וועלכע האבן אומגעווארפן עלעקטרישע זוילן.

עס איז צום האפן אז די היץ כוואליע וואס ווערט ערווארטעט די וואך, וועט נישט פאראורזאכן מערערע בלעקאוטס דורכאויס ניו יארק סיטי, צוליב די איבערפלוס פון עירקאנדישן באנוצער אין די גאר הייסע וועטערס.

**

אין אנדערע נייעס

בוי ארבייטער אין קווינס האבן דעם פארגאנגענעם פרייטאג געהאלטן אינמיטן לייגן דעם פאנדעישן פאר א דריי שטאקיגע געביידע, ווען די וואנט פון א דערנעבנדיגע גאראדזש איז צוזאמגעפאלן אויף די בילדינג, איין ארבייטער איז אומגעקומען און דער אנדערער איז פארוואונדעט געווארן.

**




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מיינע הערות פאר קרעמערס נייעס סטאנציע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext