זיבן סוני אויפשטענדלער גרופעס
האבן שוין דערווייל געמאלדן זייער גרייטקייט צו פארהאנדלען מיט די איראקער רעגירונג איבער
דעם "אמנעסטיע" פראגראם וואס פרעמיער מיניסטער על-מאליקי האט פארגעשלאגן דעם פארגאנגענעם
פרייטאג.
געפאקטן גרינצייג מארקעט אין "הִילאַ" איראק. א קורצע וויילע דערויף, זענען 20 אנדערע אומגעקומען ביי א
באמבע אויפרייס אינעם "בּאַקובּאַ" ראיאן.
גלייכצייטיג האט דאס אמעריקאנע מיליטער געמאלדן אז א
מארין איז אומגעקומען פון וואונדן וואס ער האט געליטן ביי שלאכטן אינעם "אַנבּאַר" פּראווינץ, די
געפארפולסטע געגענט אין איראק.
נא נישט אזוי
אינטערסאנט האו קערס
**
די כאמאס גרופע וואס האט נעכטן
געקידנעפט א מדינת ישראל סאלדאט, האבן היינט פארלאנגט די באפרייאונג פון 500 ארעסטאנטן –
מערסטנס פרויען און יונגע ארעסטאנטן אונטער 18 יאר – פון מדינת ישראל טורמעס, אין אויסטויש פאר
אינפארמאציע איבער דעם פארכאפטן 19 יעריגער זעלנער "גִלְעָד שַׁלִיט".
דער מדינת ישראל
פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט האט אבער געזאגט אז מדינת ישראל איז נישט אינטערסירט צו
פארהאנדלן מיט די טעראריסטן, און וועלן מעגליך אונטערנעמען מיליטערישע אקציעס אים צו באפרייען, אויב
די דיפלאמאטישע וועגן וועלן נישט ברענגן די געוואונטשענע רעזולטאטן.
color=#cc0000>דער אייבערשטער זאל העלפן סזאל קיין איד נישט שאטן
FONT>
**
אמעריקאנע נייעס
>פרעזידענט בוש האט היינט שארף פארדאמט די 3 אמעריקאנע צייטונגן וועלכע האבן פארעפנטליכט
דעטאלן פון געהיימע אויסשפּיר וועגן וויאזוי דאס אמעריקאנע רעגירונג האלט אן אויג אויף פארדעכטיגע
טראנזאקציעס פון געלט וואס קענען מעגליך גענוצט ווערן צו שטיצן טעראר.
דער פרעזידענט האט
געזאגט אז אזעלכע באריכטן שעדיגן שטארק דעם לאנד, און מאכט שווערער פאר אמעריקע צו געווינען דעם
מלחמה אקעגן טעראר.
גוט מארגן ער האט זיך
אויפגעוועקט, טו לעיט
**
עטליכע פעדעראלע בילדינגס אין
וואשינגטאן די.סי. זענען היינט מאנטאג געווען געשלאסן, צוליב די שווערע רעגנס וואס האבן באגאסן יענעם
ראיאן די לעצטע פאר טעג, פארשוועמנדיג ראודס און פארשווערנדיג דעם פארקער אין די הויפט גאסן פון
אמעריקעס הויפשטאט.
די שטורעם האט באדעקט די גאסן פון שטאט מיט 7 אינטשעס רעגן דורכאויס
די לעצטע 24 שעה פון זונטאג ביז היינט, און מער רעגן ווערט ערווארטעט צו קומען.
אין די סובּאָרבּס
פון וואשינגטאן, האבן זיך די פאליציי געמוזט באנוצן מיט שיפלעך צו ראטעווען מענטשן וואס זענען
געשטראנדעט געווען צוליב די פארפלייצונגען.
פרעזידענט בוש אליין איז אויך נישט פארשוינט געווארן
פונעם שטורעם, א ריזיגע בוים אינעם פאדערשטן הויף פונעם ווייסן הויז האט זיך צובראכן פון די שווערע
ווינטן און האט געלאנדעט אויף א ראוד, שטערנדיג דעם פרעזידענט ארויסצופארן.<
BR>
איך שוין זיי גארנישט.
FONT>
**
ביזנעס נייעס
סטאקס
זענען היינט געשטיגן נאכדעם וואס עטליכע גרויסע קאמפאניס האבן געמאלדן איבער נייע דיעלס וואס זיי
האבן געשלאסן אפצוקויפן אנדערע גרויסע קאמפאניס – צום ביישפיל, די "דזשאנסאן און דזשאנסאן"
קאמפאני'ס דיעל וואס וועט אויסקויפן "פייזער'ס" געזונטהייט פראדוקטן פאר 16 ביליאן דאלער אין קעש –
וואס דאס צייגט אויף די שטארקייט פון די עקאנאמיע.
ביים ענדע פונעם טאג האט די דאו-דזשאונס
געהאלטן מיט 56 פונקטן העכער, ביי "עלף טויזנט און פינף און פערציג".<
BR>
קענסט מיר קרעמער אויספועל אז פייזערס זאל געבן
די מעשר פאר מיר, ווייסטו וואס איך בין צופרידן פון די מעשר מן המעשר.
FONT>
**
לאקאלע נייעס
ביי א
צערעמאניע אין מעדיסאן סקווער גארדען האט מעיאר בלומבערג היינט איינגעשוואוירן 1,200 נייע פאליציי
אפיצירן וועלכע האבן נארוואס גראדואירט פון די פאליציי אקאדעמיע.
די נייע גרופע פאליציאנטן זענען
צוזאמגעשטעלט פון אלע סארטן, איבער 30 פראצענט פון זיי זענען ספאנישע, און 7 פראצענט זענען
אזיאנער (20 פראצענט דערפון זענען פרויען).
און
וויפיל חסידישע?
**
א 23 יעריגער איז היינט אינדערפרי
אומגעקומען דורך א טרעילער אין מאנהעטן, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן קאנטראל פון זיין בייק פארנדיג
צווישן צוויי לעינס מיט קארס.
קיינער האט עים נישט
געהייסן פארן אינמיטן ראוד.
**
א ריזיגע שיסל פעני'ס וואס איז
געליגן אין די האלוועי פון א דירה אין ברוקלין, האבן אפגעהאלטן א בולעט – וואס האט אדורכגעלעכערט דעם
פאדערשטן טיר פון די אפארטמענט – צו גיין ווייטער אין די אפארטמענט און פאראורזאכן מער שאדן.
>דער אייגנטומער פונעם הויז, א לאיער פאר טענענטס אין ניו יארק, זאגט אז ער האט געהערט א קראך
וויאזוי גלאז צוברעכט זיך, און ער האט באמערקט א לאך פון א קויל אין די פאדערשטע טיהר, און די בולעט
האט זיך אפגעשטעלט ביים גרויסן גלאזערנעם 'דזשאר' אנגעפולט מיט פעני'ס וואס דער מענטש האט
געהאלטן ביי זיך אינדערהיים.
איך גיי שוין
אנהייבן צו סעיוון פעניס, אז סקען ראטעווען דאס לעבן.
FONT>
**
אין אנדערע נייעס
א
באריכט וואס איז ערשינען דעם פארגאנגענעם פרייטאג צייגט, אז אמעריקאנער זענען היינט צוטאג מער
איינזאם און איזאלירט פון גוטע פריינט ווי מיט 20 יאר צוריק.
א פערטל פון די אויסגעפרעגטע האבן
געזאגט אז זיי פארמאגן נישט קיין "1" נאנטע פריינט מיט וועמען זיי קענען זיך אדורכשמועסן אלע זאכן וואס
ליגן זיי אויפן געוויסן, און א האלב פון די אויסגעפרעגטע האבן יא געזאגט אז זיי האבן "1" אדער "2" נאנטע
מענטשן מיט וועמען זיי שמועסן זיך אדורך.
טייל פון די שולד ווערט אנגעלייגט אויף דעם וואס מענטשן
ארבעטן היינט מער שעות ווי אמאל, אויך איז מען היינט פארנומען מערערע שעות פונעם טאג מיט די אלע
סארט טעכנאלאגיעס וואס זענען ערפינדן געווארן אין די לעצטע צוואנציג יאר, בלייבט נישט איבער קיין צייט צו
פארברענגן מיט גוטע פריינט.
נא ווער וויל ווערן מיין
פרענט?
**
געזונטהייט נאטיץ
STRONG>
די "באסטאן סייענטיפיק קארפארעישן" האט היינט צוריקגערופן
מערערע "דיפריבּילעיטארס" און "פעיס-מעיקער" הארץ מאשינען, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז
עס קען צומאל אויפהערן ארבעטן צוליב א פראבלעם וואס שאפט זיך אין די עלעקטרישע טייל.
די
פירמע האט געווארנט עלטערע מענטשן וואס האבן איינגעפלאנצט די סארט "פעיס-מעיקער'ס" צו
פארבעסערן דעם הארץ קלאפעניש, זיי זאלן באזוכן א דאקטער ווי פריער, צו זען אויב עס פונקציאנירט ווי
DIV>
איך האף אז קרעמער איז נישט ברוגז פארן אהערשלעפן זיין שווער אויסגעהארעוועטע ארטיקל
![]() |









