| נשלח ב-3/7/2006 04:19 |
|
| |
קאמענטארן פאר יענטטאש
יענטאאש לייגט זייער גיט אראפ די חתנה A1 אוי וויי איך האב געמאכט א גרויסע טעות און די קעפל איך האב געשריבן יענטטאש אנשטאט יענטאאש
תוקן על ידי - אלעסאמת - 03/07/2006 4:23:26
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 06:27 |
|
| |
פשיהא! אזא גוטע ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געליינט! איך שטעל זיך פאר אז עס האט דיר גענומען א שיינע פאר שעה דאס צו באשרייבן, ווייל מיר האט עס גענומען א שיינע שעה צייט דאס אפצוליינען!
אזוי שיין, נאבעל אראפגעשריבן יעדע מינדעסטע דעטאל מיט וואס מען באגעגנט זיך ביי היינטיגע שמחות, יעדער קען זיך ערגעץ וואו טרעפן אין דעם ארטיקל, אויב נישט ביי יעדע שורה פון יעדן פאראגראף.
בלייבט נאר איבער צו זאגן אז מען זעט אז דער בלאגעלע האט דיר געמאכט אביסל צוריקנעמען דעם פעדער אין האנט אריין (אזוי ווי מיר), איז דאך צום האפן אז דו וועסט אונז ווייטער מהנה זיין פון דיינע פערל רייד, ביז מיר וועלן זוכה זיין מיט דיין שוויגער אינאיינעם אקייגן גיין דעם גואל צדק.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 15:52 |
|
| |
יענטאשש "יא אר דע מען" העט איך געזעהן דיין חתונה שטיקעל א טאג פריער וואלט איך נישט געשריבען !!! כאף אז די וועסט באשרייבען זייער שבע ברכות מיט די גאנצע שנה ראשונה . עס איז אייזען אהער געשטעלט. שיק זיי אפ דעם ארטיקעל זיי וועלען דיר צאלען גרויס געלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 16:57 |
|
| |
זייער שיין. איך האב נאר איין קשיא, די ביסט געווען אויף די זעלבע חתונה ווי נאטורליך?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 18:58 |
|
| |
איך קען נישט סטאפן שמייכלן, געוואלדיג.
האסט עס משונה'דיג גוט אראפגעשטעלט, די איינציגסטע חסרון איז אז ס'איז ליידער אמת אויך...
מיר מאכן דאס מוט, אבער ב"ה, נאר אויף שמחות
יישר כח, כה לחי
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 20:32 |
|
| |
ריזיג ריזיג, כאב נישט די ווערטער צו מיין געטרייער געשמאקער קאלעגע, יענטאאש, נאכאמאל כ'קען נישט שרייען מיט ווערטער, כ'קען נישט ארויסגעבן מיין געפיל מיט ווערטער, על כן יהי נא בעיניך כאלו הייתי פורטם.
אזאנס און אזעלכעס, כ'בין שוין לאנג נישט געווען ביי קיין חתונה, מיט מיין שוויגער האב איך זיך שוין לאנג אנייצע געגעבן, זי וואגט מיר שוין נישט איינצוטיילן, צו וועלכע חתונה איך זאל ערשיינען, און בפרט אויף ווי לאנג, באט עניוועי, דער עיקר דו זאלסט אנהאלטן מיט אזעלכע רייכע ארטיקלן, כאף אז דו וועסט נאך קענען מאכן אפאר דאלער אויפן ארטיקל
כה לחי.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2006 03:18 |
|
| |
אלעסאמת;א יישר כח. -------- קרעמער;די בלאגעלע ווייס איך נישט, אבער די שוויגער זיכער..... (אדער פארקערט)  --------
נאטורליך;
אז איך בין דע מען, וואס קען מען שוין זאגן אויף דיר......
א מזל טאקע אז 'בין ביזי געווארן פארגאנגענע וואך שוין נאכן אנהייבן, האב איך עס הערשט ארויפגעלייגט נעכטן דזשאסט מינוטן בעפאר דיר. אז נישט ווער וואלט 'מיר' געמאכט אזוי לאכן?....
---------
דריי מאל;
דריי מיטן פינגער, און פרעג מיטן מה נשתנה ניגון: די פיר טויזנט צוויי הונדערט און אכט און אכציג'סטע קשיא איז.......
-----------
יגר;
כאטש האב איך דיר געהאט א שאנס צו באצאלן אויף די פילע געלעכטער'ס וואס דו האסט מיר שוין אנגעווערטשאפט. איבערהויפט לעצטנס.
---------
התאחדות;
ס'איז נישט נאר בעיני כאילו היי'ת' פורטם, נאר אויך כאילו דו מיט סאכדעס מיט אלע אנדערע ניקים אחרים וואס דו זאלסט נאר האבן און האבן געהאט סיי ווען וואלטן עס געווען פורטם....
ביי דע וועי, איך וויל פון דיר די 'נייצע' וועגן די שוויגער, אבער קודם זאג מיר וויאזוי איך קען נאשן אפאר טאלער אויף דעם ארטיקל...
|
|
|
|
|