| נשלח ב-3/7/2006 23:25 |
|
| |
גיימער אין קאנטרי
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
אההההההההה................ אהההההההההההההההההה.............
אטעמט אפ דער אלטער קרעטשמער, ברוך השם מ'אטעמען מיר שוין ענדליך אפ, נאך לאנגע טעג וואכן חדשים, -ווער געדענקט דען נישט?- פון איבערבויען די קרעטשמע, זעהט זיך שוין אהן פירות, די טשילארס הענגן שוין מיט'ן פולן פראכט, די הערליכע עלעגאנטע טישן פון ריין מהאגעני האלץ שיינען פון גלאנץ, די טעפיכער שרייען אויס רייכקייט, די טויזענטער ערליי משקאות, ליגן אויסגעלייגט מיט א מייסטערהאפטיגן ארדענונג, אזש מ'ווייסט פשוט נישט ווער סיעט צוגיין צו וועמען דער מענטש צום באטל אדער דער באטל צום מענטש.
דער עולם ווערט געבעטן אריינקומען מיט ריינע שיך, יעדער זאל נעמן די קארטל וואס באלאנגט צו איהם, נישט חס ושלום כאפן אן אנדערנ'ס קארטל, ס'איז דא גענוג, מ'דארף נישט כאפן. דאס הייסט אין אידיש אזוי: ווען מען שרייבט זיך איין אין די נייע קרעטשמע ביין טיר, זאל מען נאר נוצן די אייגענע אלטע ניקים וואס מען האט גענוצט אין דעם אלטן קרעטשמע, אדער זאל מען זיך רופן מיט נייע נעמען, און נישט חס ושלום נאכמאכן אלטע ניקים וואס באלאנגט פאר א צווייטען.
הודעה אין די זייט: ווען מ'וויל באקומען דעם קארטל, עט מען מוזן אנגעבן אן אדרעס וואו מ'וואוינט, אויב וויל מען דוקא נישט וועט זיין גענוג א בליץ אדרעסע, (מה שקורין בלשון לייז אימייל אדרעס) אנדערש ווי ביז היינט, אין אלטן קרעטשמע, האט מען געקענט פארלאנגן, אז קיינער זאל נישט וואוסן די אימייל אדרעסן, אפילו די פארוואלטונג, איז אין די נייע קרעטשמע, קענען די מנהלים יא זען דעם בליץ אדרעס.
נאט אייך די אדרעס פון די נייע קרעטשמע, מיר שטעלן זיך פאר אז די אויגן אייערע, וועלן שווינדלן די ערשטע פאר טאג פון די פראכטיגקייט, אבער גאנץ געך וועט מען זיך צוגעוואוינען.
http://heimishekretchme.com
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2006 04:41 |
|
| |
עס קוקט מיר אויס צו זיין זייער א געשמאקע קאנטרי, איך האף אז עס איז ווינטערייזד באנגעלאוס, ווייל איך וויל דארט בלייבן פאר א גאנץ יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2006 23:58 |
|
| |
אקאורשט קום איך צוריק פון די נייע קרעטשמע, און וואס זאל איך אייך זאגן, איי איי איי, אוי איז דאס שיין אויפגעפיקסט, רייך, באפוצט אנבעליבעוועל, אזוי קוקענדיג זיך ארום זעה איך יאפס, אלע באנגעלאויס זענען שוין גארנישט קיין באנגעלאוס, אלעס איז ווינטערייזט הייזער, אין מיטן סאמען פראסטיגן טבת, וועט מען קענען רואיג פארברענגן איבער א געשמאק שוויציג גלעזל ביר, אהה כ'שפיר שוין דעם גוטן טעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2006 00:47 |
|
| |
איך וויל פארשטיין, וואס גייט יעצט זיין מיט דעם פורם? מ'גייט דעס פארשפארן, מ'גייט סתם אזוי אויפהערן צו שרייבן דא, אדער גאר גייט זיין מזה ומזה אל תנח ידיך?
למשל 3X0 זעה איך האט אפגעמאכט מער נישט צו שרייבן דא, ער זאגט אז ס'גייט אים שוין נישט אן אז ס'איז דא פיר רויטע אשכולות, וואס פלאנט דער איבריגע עולם צו טון?
תוקן על ידי - דן_25 - 06/07/2006 0:49:53
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2006 08:22 |
|
| |
איך וועל זיך נישט אזוי שנעל קענען שיידן פון דעם אלטן קרעטשמע, פשוט, איך בין מער צוגעוואוינט צו דעם אויסלייג פון היידפארק.
אבער - ווי דן25 זאגט - מזה ומזה אל תנח ידך, איך וועל טאנצן אויף צוויי חתונות, און שיסן צוויי האזלעך מיט איין קויל, און שרייבן דא און דארט אי"ה.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|