בית פורומים היימישע קרעטשמע

מילתא דעבידי לגלויי - אין ביהמ"ד בלא חידוש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/7/2006 19:47 לינק ישיר 
מילתא דעבידי לגלויי - אין ביהמ"ד בלא חידוש

אין איינע פון די פארשטופטע אשכולות דא אין קרעטשמע האט שמעק טאביק מיט זיין גוט נאז (וועא"מ) מודיע געווען א געוואלדיגע זאך, וואס איך האלט אז סילוינט זיך אן אשכול פאר זיך, דהיינו, ווען דו עפענסט אויף א אשכול, און דו שטאלפערסט (וועא"מ) זיך אהן אין קלענערע אדער גרעסערע אותיות פון דיין געשמאק, דארפסטו נישט וויינען שרייען שעלטן, סיז דא אנייצע, כאפט אהן מיט דעם גאנצן כוח די CTRL קנעפל, און פירט דעם סקרול פון דעם מייזל, און א נייע זאך וועט זיך עפענען פאר אייערע אויגן, די סייז פון די פאנטס טוישן זיך מאמענטאל.

סיוואונדערט מיר אז כאב אפילו נישט געכאפט די ערשטע מאל וואס ער זאגט, ביז דער זיבנצענסטער פויבסט האט זיך באדאנקט פאר איהם.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2006 20:12 לינק ישיר 

סאכדעס, ביטע לאז מיין נאז אין די זייט. אין כוחנו אלא בנאז. איך הייס דאך צוליב דעם "שמעק_טאביק". אָן אַ נאָז בין איך אויס קאפעלוטש מאכער.

עס זענען פאראן אויף היידפארק אזויפיל אשכולות פאר פארשידענע טריקס, וואס ווען מ'וואלט דאס אלעס צוזאמענגנומען לפונדק אחד וואלט געווען א מחי'. אויב עס דרוקט אייך עפעס לאזט מיר וויסן, און איך וועל פרובירן אייך צו געבן גוטע טריקס כנ"ל. אסאך מאל נוץ איך זאכן פאר יארן, און עס איז אזוי פשוט פאר מיר אז ווען אנדערע מענטשן ווייסן נישט דערפון איז עס מיר א וואונדער.

דער אויבנדערמאנטער טריק ארבעט ליידער נישט אין געוויסע וועבסייטס. מ'קען טאקע אנשטעלן אז "אלעס" אין WINDOWS זאל ווערן גרעסער, אבער דאס ברענגט פארשידענע אנדערע קאפ-ווייטאג, כידוע ליודעים ואכמ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מילתא דעבידי לגלויי - אין ביהמ"ד בלא חידוש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext