איי, עס איז געוואלדיג דער פלאץ דארט. מען שלאגט זיך דארט ארום ווי קליינע קינדער אז עס גייט א רויך. איינער זאגט א ווארט, זאגט דער צווייטער פארקערט. עס פליט דארט פעטש פון רעכטס און פון לינקס. עס קומט מיר צו לאכן יעדעס מאל וואס איך גיי אהין זיך אביסל אונטערהאלטן מיט די ליצנות געמיטער וואס הערשט דארט אויף א גרויס פארנעם.
איך האב בעיקר הנאה צו זעהן די פאר משוגעים וואס חלומ'ען דעם שיינעם חלום פון ככל הגויים בית ישראל, אז דער אידישע וויקיפידיע וועט ביום מן הימים זיין אן ערנסטע נוצבארע זאך. זיי זעהען נישט וואס עס גייט פאר? זיי זענען אינגאנצן בלינד? מען ברויך זיי אוועקשטעלן פאר א סטאדע כהנים, און זאלן זיי אפזאגען דעם "חלום חלמתי ואיני יודע מה הוא" מיט אן ערנסטקייט, וועט זיך דער בייזער טייוול פון זיי אפטאן...
א כפרה אפאר ארבעטסלאזע יונגאטשען...
|
|