בית פורומים היימישע קרעטשמע

שלום עליכם - די וועג אהער איז שרעקליך מאָראַסטיג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2008 18:50 לינק ישיר 
שלום עליכם - די וועג אהער איז שרעקליך מאָראַסטיג

נישט גרינג איז מיר אנגעקומען דאס גאנצע שלעפ אהער. מיינט נישט אז מיטן צומאכן דעם קרעטשמע פעידזש און עפענען דעם הייד פארק בלאט האבן מיר שוין געקענט שרייבן דא. ס'זאל אייך אין חלום נישט קומען וואס מ'מאכט דא אלץ דורך צו קענען ארויסברענגען א ווארט אויפן קיבאורד.

אויסגעשוויצט און דערמאטערט, אפגעשוואכט און איבערגעארבייט קומעך דא אריין, (קוקט אויף מיין ניק, ס'היפש משנה צורה) די פעקלעך האבן מיר שוין ב"ה אריבערגעלייגט אונעם נייעם לאקאציע, איר קענט זיכער זיין אז קיין איין איינציג פעקל וועט נישט איבערגעלאזט ווערן (ארענדער, איך האף אזוי) די ארבייט פון ארויפקלעבן די ריזיגע פאפירן מיט מיין נאמען-ניק דעראויף איז געווען יענער ארבייט.

איר פארשטייט אליין אז מיט א מעדזשיק-מארקער און פעדער וועל איך קיין צעטיל נישט שרייבן, זיכער נישט. איך האב דאך שוין היינט א קאמפיוטער, צו וואס זיך מוטשען און שרייבן ? האבן מיר  ב"ה אפגעטייפט די נויטיגע צעטלעך, יעצט גיי זיך א פרינטער, קענסט פארגעסן דערפון, גיי קלאפ א עפל, נישטא. די באס פארט שוין באלד, ס'רוב פון די פעקלעך זענען שוין גרייט, איר קענט דאס זעהן אויף די בילדער פון יעקב אלי' און איך שטיי און ווארט אויף א פרינטער.

יעצט זאל מיר נישט ארענדער זאגן אז וועגן מיר איז פארשפעטיגט געווארן דאס מופן. ווייל איך וויייס קלאר אז ווען איך בין שוין יא פארטיג געווען האט מען נאך געדארפט ווארטן אויף יגר, זארעכ און לעווי, די דריי זענען געוען פארשלעפט פאר נאו ריזן, און אויב עפעס ביניך זיכער נישט שולדיג.

יעצט איז אזוי, אויב האט נאך איינער גע'חלום'ט אז הייד פארק איז דאס פלאץ צו קומען און שרייבן האב איך מיך עס היינט געלערנט אויף מיין אייגענע קמץ בארד.

הייבן הייבט זיך עס אן אז איך פארמאג נישט די פעדווארד פאר די ניק "צייטליך" אויף הייד פארק, דאס האט געמאכט אז עס זאל נעמען נאך עטליכע שעה צובאקומען א נאמען.

נאכן שוין מאכן די ניק "צייטלעך" (איר באמערקט די חילוק? אויב נישט גייט צו שפראך, אפפס, ס'איז נישט אפען היינט, קעי, געדענקט דאס אויף שפעטער, איך וועל אי"ה פארהערן סוף וואך) זענען זיי אויפגעקומען מיט א פרישע טענה, הלמאי איך לייג אריין א אימעיל אדרעסס וואס עקזעסטירט שוין אין זייערע ארכיוון.

נו, גוט, לכבוד הייד פארק וועלן מיר מאכן א נייער אימעל אדרעעס, נישקשה, אבער פארוואס אין די וועלט ברויכן זיי וויסן וואס מיין ארבייט איז? האבן זיי טאקע נישט דאס מינדעסטע רחמנות? מילא הייד פארק, ביי זיי האב איך געשריבן אז איך בין א רואה חשבון (איך האב געקלערט אז איך וועל אזוי ארום האבן עפעס פראטעקציע) אבער וואס ענטפער איך פאר די מענטשן אין ביהמ"ד וואס וועלן וויסן וואס איך האב געשריבן ביי דעם אפציע, די בושה גייט דאך עד לב השמים. 

פון ווען איך האב אריינגעלייגט אלע מיינע אינפארמאציע ביז איך האב געקריגן די ענטפער אז איך בין אנגענומען געווארן דורך די מערכת הייד פארק בין איך רואיגערהייט געגאגנען קויפן פרישטאג און נאך געגעסן א האלבע סענדוויטש ווען איך האב הערשט באקומען די הודעה.

איבעריג צו זאגן אז ווי נאר איך האב ערהאלטן מיין הודעה האב איך מיט דעם געשפאנט צו די מערכת "היימישע קרעטשמע" און א דאנק אינזער געטרייער און חשובער מנהל טריאו ביניך געווארן אנגענימען אין די רגע.

יעצט פראביר איך נאר אויס וויאזוי עס קוקט אויס ווען מ'שרייבט דא. לויט מיין ערשטע בליק קוקט אויס יגר צו זיין זייער באקוועם דא, ער האט נישט געשריבן אזויפיל די לעצטע וואך אין נייע-אלט קרעטשמע ווי ער האט היינט אפגעפירקלט דא.


האללאו חברה, וואסי נייעס?

תוקן על ידי צייטלעך ב- 27/07/2010 00:30:22




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 19:08 לינק ישיר 

טעסטינג טעסטינג.

מיט גרויס חרפה ובושה קום איך אריין דא אין דעם סוער-לאך, נישט האבנדיג קיין צווייטע ברירה. במקום שאין טיש, שטינקט הייד-פארק ווי א פיש.

אבער נישט אויף לאנג, רבותי. בקרוב וועלן מיר זוכה זיין צום בנין בית השלישי... וועלן מיר זיך זעהן אין פריידעלען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 19:11 לינק ישיר 

העלא צייטלעך, זעה דיין נייע נאמען זאל דיר צו שטארק געפעלן ווערן, ווייל דאן וועסטו דא בלייבן איינער אליין מיט דיין קאזע בארדע און וועסט קענען שפרעכן מיט די רוחין ולילין וואס שפאנצירן דא ארום ווי ביים פעטער אויף היידפארק.

איך זעה גראדע נישט די גרויסע לעבעדיגקייט דא, אויסער יגרסהדותא - וואס האט מער ליב צו שרייבן ווי ליינען - זעה איך אז דער עולם איז מער פארנומען ליינען אלטע סחורה, צומאל געט מען א ברים צו דערצו און עס געט א פלאטשקע ארויף מיט א שנעל-צוג אויפן אויבערפלאץ/ך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/7/2008 19:11 לינק ישיר 

יא יא, גם אני, איך שמערי בערי, וואס איז דא א ליידיגייער און א שטריקער, האב אויך געטראפן דעם מאראסטיגן וועג אהער........

בושטי וגם נפלאמתי....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 23:20 לינק ישיר 

קוים זיך אהער געשלעפט כהאב שוין חרטה א שאד געווען די מיטשעניש,
סאיז אבער אמאל אינטערעסאנט צי גיין קיין אונגארן אינדערהיים אויך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 23:25 לינק ישיר 

איך בין אהערגעקומען א שמעק טוהען, עס איז טאקע דא דא היפש וואס צו שמעקן, אבער די עיפוש'דיגע ריח דא, מאכט פארגיין די אפעטיט. לאמיר האפן אז די נייע לאקאציע וועט גאר שנעל עפענען די טויערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 02:45 לינק ישיר 

צייטלעך צרות רבים חצי נחמה איך האב מיטגעמאכט די זעלבער מארסטיגע וועג אויך געדארפט עפענן א נייע אימעל (איך געדענק שוין אפילו נישט די נייע אימעל אדרעסס, זאל הייד פארק אהין שיקן וואס זיי ווילן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שלום עליכם - די וועג אהער איז שרעקליך מאָראַסטיג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext