בית פורומים היימישע קרעטשמע

וואס טוהט מען? א קעצעלע...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2008 22:21 לינק ישיר 
וואס טוהט מען? א קעצעלע...

 וואס טוהט מען? א קעצעלע...

איך ווייס באמת נישט וויאזוי אנצוהייבן, מיינע קינדערלעך טאנצן, מיר מאכט עס לאכן, די מיידעלעך קאַכן, די רביצין שרייט, און דאס קליינטשיגע וויינט, די שאלה איז נאר, וואס גייט מיין "משפחה" דא אויף הייד-פארק, מיט וואס גייען זיי מיר ארויסהעלפן.

מעשה שהי' [וואס איז זיך פארלאפן אינעם צוואנציג'סטן יאר הונדערט], איין טאג, זיצענדיג פארטוהן און די הויפענעס פאסט וואס דער "מעיל מען" האט נארוואס אריינגעברענגט, די פעדער ליגט מיר צווישן די פינגער'ס אין די רעכטע האנד, און דאס קאלט גלעזל וואסער שמייכעלט צו מיר פון די לינקע זייט, די סטעפלער ליגט פארווארפן אינטערן פאק פאפירן, די פעקס מאשין האלט נאך אינמיטן ארויסגעבן זיינע גריטציגע קולות ווי צו זאגן: קוק אן!! איך בין נאך אלטס אקטיוו. געמיינט האבן "ביל געיטס" מיט דער ארויסגעבער פון AOL, אז מען וועט מיר אינטערהאקן די פיס!! מען וועט שיקן אן E-MAIL און פארטיג!!, ניין און נאכאמאל ניין!; נו ווי האלטן מיר, יא, די פינגער'ס אויפן קיבארד, קלאפענדיג כסדר די BACKSPACE באטן צוליב די פילע טעותים וואס איך מאך כסדר..., צוקלינגט זיך די טעלאפאן...

איך הייב אויף: דיס איז **** האי קען איי העלפ יא טודעי, סור. און איך הער פונעם אנדערען זייט טעלעפאן הויכע לאכעדיגע קינדערישע קולות געמישט מיט קוויטשיגע יללות וואס רייסן עד לב השמים.

ווי איר קענט זיך אליין פארשטעלן, זענען מיינע פינגער'ס געווארן פארשטייפט, מיינע אויערן אנגעשפיצט, איך פרוביר צוצודריקן דעם טעל. צום אויער אויפצוכאפן בעסער וואס דא גייט פאר. ס'נעמט נישט צו לאנג און איך מערק אויף אז מיין רביצין'ס קול געט דארט היבש ביסעלע צו צום פאניק. נו, אבער דאך, איך שריי אריין מיינע קינדער'ס נעמען, מיט די צושוידערטע קשיא אויף די ליפן: וואס גייט דא פאר?

צו וואס אייך אויפהאלטן און אנציעהן? געווען איז, אז א קינד האט געעפענט די גראדזש און דארט געטראפן 6 קליינע אומשולדיגע זיסע קעצעלעך... ... אקוראט וואס רש"י זאגט אין שמות אויפן פסוק פרו "וישרצו" וירבו וגו' וגו'...

אויב איר וועט זיך נישט באליידיגן וועל איך אייך דא פרעגן: ווען איר וואלט געעפענט דעם "גראדזש-טיר", וואס-פאר-א קוויטשע וואלט איר געגעבן?... ...
...

נו, לאמיר אנהייבן פון אנהייב, די קליינטשיגע קריכעדיגע, זענען ציכטיג שיין, זויבער, און אוועקלייגענדיג די בושה און די זייט, איז עס אויך "זיס"!! אנטשולדיגט, אבער דער אמת מוז נאך אלטס ארויסגעזאגט ווערן... ... יא, ס'איז זיס, ס'קוקט זיך ארום צו די צושראקענע צוויי פיסיגע חברה... ... און ס'נעמט זיך ארויסלאזן זייער איינציגע שפראך, מיט א דינעם אבער פעסטן שטימע מִייאַי!! מִייאַי!!... ... .

און ווי אזוי וואלט איר ראגירט ווען איר הערט אז ס'האבן זיך צוזאמגענומען די גאנצע "קעצעלע משפחה", אלע זעקס, און "געזינגן" צוזאמען דעם ניגון??... הא?... ... אומווילענדיגערהייט, ציהט עס ארויף א שמייכל...!

פארפאלן, צו עפעס טויגן זיי... ...

נו, יעדער קינד נעמט עס אויף אויף זיין וועג, דער גרויסער מאמע, און עקרת הבית, וואס אינטער איר שירצל קען זי דערוועקן און געבן פרישטאג, לייגן שלאפן און זיך שפילן, מיט א סכום פון קינדער וואס יעקב אבינו ע"ה האט נישט געקענט באווייזן נאר דורך פיר אמהות... זי פארלירט זיך דאס שנעלסטע!!, אזא קוויטשע וואס זי האט געגעבן, דאס קען נישט יעדער!! ניין! דאס דארף מען אסאך מאל פרעקטיסן. און אט אט דא, שטייט זי לעבן טעלעפאן און זי געט איין געשריי קעגן אלע זעקס פרישע געבוירענע געסט וואס מיר האבן אזוי באקומען... ...

נו, פרעג איך אייך, איז דען א וואונדער אז די קעצעלעך האבן אין מיינע אויגן אזוי נושא חן געווען?, צו בלייבן מיט די זעלבע רואיגקייט, פארן קוויטשע און נאכן קוויטשע, דאס דארף מען אויך קענען!!...

מיין גרויסע בכור, איז גראד געווארן פארנומען, וואס הייסט? די קעצעליך האבן נישט וואס צו טרינקן, און אזעלכע היצן, ווי מעג מען עס צולאזן?... ער לויפט מיטן טעפל וואס ער גיסט זיך נעגל וואסער, פילט עס אן מיט וואסער, און שטעלט עס צו היבש נאנט -אבער נאך גענוג ווייט, אויב די קעצעלע וועט אויפשפרינגן זאל ער האבן גענוג פלאץ ווי צו אנטלויפן...- און קוקט זיך צו מיט א זעלטענעם פארגעניגן אויף די צוויי קליינטשיגע וואס האבן געהאט די "גאטס" דאס ערשטע צוצושפאצירן און טרינקן פונעם וואסער...

און מיינע מיידלעך, ווענד זיך, איינער שטייט מיט פארשטייפטע אויגן, בייזע בליקן, און אין איר מח הייבט זי אן צו וועבן א פלאן, וויאזוי אנצוקליידן די קליינטשיגע קעציל... ווי אזוי צו ראגירן אין פאל דאס קעצעלע וויל אנרירן דעם קליינעם בעבי... און נאך און נאך, איך זעה עס אויף איר נאז, אז עפעס גאנצערטע בנינים בויעט זי און אלעס אויף דעם חשבון פון די אומבאהאלפענע קעצעלעך [און אויף מיין בערזל...].

צווישן מיין קליינע מיידעל און די קליינע אינגעל-בעבי איז נאר דא איין קליינע חילוק, אמת אז ביידע וויינען, אבער ער מיט א יונגעל'ישע קול, און זי אויף א "קול באשה"!!!

און פון מיר האט איר נישט געטראכט?, ווען איך האב געקויפט מיין טאָל-באקס, האב איך קיינמאל נישט גערעכענט, נישט איינגעפאלן אין וויסטן חלום, אז דאס וועט אין א יאר צוויי איבערגעדרייעט ווערן צו א פראכטפולער "ילד שעשועים" פאר קעצעליך... ...

קודם פרובירנדיג, צו קענען האלטן קאנטראל אויף אלע זעקס, האבן מיר זיך צוזאמגעזעצט, אויף א "מסיבת לחיים", און ביים שיסעלע אייז-קרים האבן מיר זיך גענומען טיילן נעמען פאר יעדעם.

אה יא, דער גרויסער, מיט שווארצן פלעק דא אויפן רעכטן זייט, וועט מען רופן "שונרא", און אים "חתול", און דער שעמעדיגער דארט אינדערזייט וועט הייסן "קעט" [חלילה נישט די ענגלישע טמא'נע שפראך CAT, חס מלהסכיר. בלויז "קעט" און פארטיג...], אקעי דער ווילדער איז א ריכטיגער "כ"ץ"!! אזוי ווי דיין יונגעל אין חדר, אויך אזוי ווילד אמת?, און די אנדערע צוויי וועלן מוזן ווארטן אויף זייער נאמען ביזן "פדיון הבן"... ...., אקעי, נישט אזוי לאנג, איינער וועט הייסן "קעצעלע", און דער אנדערער "דער בעבי"... ...

איז אלעס אין קאנטראל?....

*
שוין דורך צוויי וואכן זייט די מעשה, אסאך זאכן האבן זיך געטוישט, פיל מיט רחמנות בעטן זיך מיינע קינדער ביי זייער מאמי'ן יעדן טאג, אז די מאמע זאל לאזן געבן עפעס קוקיס און קרעקערס פאר די זעקס קליינע נפשות... און מיין רביצין האלט אין איין שרייען, און ס'איז שוין היינט א פזמון: מיר געבן צו עסן פאר אידישע קינדער אבער נישט פאר קיין קעצעליך!!

איך פאר מיר, דער אזוי גערופענער "יודע ספר", האב מיר שוין געמאכט אפילו א חשבון, אז דער קעציל הונגערט נישט. איך האב פארציילט פאר די קינדער, אז מיר האבן א גרויסן באשעפער וואס איז יושב ומפרנס, מקרני ראמים עד ביצי כינים, איך האב זיי פארציילט אז קעצעלעך קענען עסן "קאטשקעס", אווי די גמ' זאגט אין מס' ברכות פרק הרואה ביי די מעשה פון ר' עקיבא, ווי ער האט געמוזט איינשטיין איין נאכט אין וואלד, און ער איז געבליבן אליין וכו' וכו', די קעצעלעך עסן מייז [און שפילן מיט זיי "קעטש"], און זיי עסן אויך ציגעל'עך!! איר געדענקט ווי עס ווערט געברענגט אזא זאך? יא, צוגעטראפן, ביים סדר נאכט, ואתא שונרא ואכלא לגדיא... ...

איך האב אויך פארציילט דאס וואס עס שטייט אין שבט מוסר פי"א אז א קעצעלע'ס אויגן ווערט גרעסער אין קלענער לויט די לבנה.

*
ימים ידברו פלעגט אונזער גרויסער קעניג דוד המלך צו זאגן, אבער, די קעצעלע משפחה וואוינט נאך ביי מיר, און פון סיינען א קאנטראקט ווילן זיי נישט הערן... ...

איך האב אין אנהויב געמיינט, אז זיי וועלן זיך איין טאג צוזאמפאקן זייער גאנצע האב און גוטס, און זיך זיכן א 4 רומ'עדיגע דירה'לע, ווי נישט ווי, די רענט פאר א "קעצעלע פעמיליע" קומט נישט צו קיין אחת מיני אלף וואס מיר צאלן היינט.... קיינמאל אין די היסטוריע פון קעצעלעך איז קיין מאנגעל אויף "קעצעלעך דירות" נישט געווען... פון שליסל געלט איז דאך אפגערעדט...

שטייען מיר שוין צוויי וואכן נאכ'ן געבורט פון די באשעפענישן, קיין "סנדקאות" האב איך נישט באקומען... שמוץ מאכן זיי... פירן זיך נישט אויף ווי קיין "מענטשן"... ... א גוט ווארט, א תורה אויף די וואך, א מליצה ישרה אויף כלל ישראל, איז פון זייערע ליפן נישט ארויס... וויפיל איז די שיעור זיי צו האלטן אזוי?

איז דא מיין פראגע: איז יעצט מיין איינציגע לעזונג צו דעם, אנצוכאפן אלע זעקס חברה, חתול, שונרא, כ"ץ, קעט, קעצעלע און דער בעבי, אריינלייגן אין טראנק, און זיי ארויסלאזן העכערן "וועריזאנא ברידזש"?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 22:58 לינק ישיר 

וויפל רחמנות איך זאל נישט האבן אויף די כץ משפחה, אדערווי שטארק איך זאל שוינען דיין ווייב פארט קען איך מיך נישט צירוק האלטן פון לאכן, לאכן און לאכן.

יגר בלייבט יגר, דיין ארטיקל איז ווערט אלע קעצלעך..

איך וואלט דיר געזאגט אז די זאלסט דארט לאזן די קעצלעך דערווייל, טשעפע זיי נישט, (נחום וועט געוואויר ווערן..)זיי זענען דאך דארט אליין, זייער מאמע איז זיכער אויפן וועג, זי וועט דארט זיין היינט-מארגן, נו, מיט די מאמע וועסטו שוין רעדן אנדערש, מיט איר וועסטו רעדן שטרענג און מאכן א געהעריגן קאנטראקט.

אגב, איך וואלט פארגעשלאגן אז די קרעטשמע זאל מופן יעדע שטיק צייט אויב מאכט דאס אז יגר כאפט זיך אויף פון שלאף און יענטאאש טרעפט זיך מיט זארעכ.

יגר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 07:31 לינק ישיר 

העי, וואסעגעבליבן מיט משפחת כץ יר"ה. יגר'ל, טאקע שוין אלט, אבער געלאכט האב איך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וואס טוהט מען? א קעצעלע...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext