דעם שב"ק איז געהאנגען געווארן מודעות אין קרית יואל פונעם בארימטן ועד הכשרות-קרית יואל אז "צוליב כשרות פארלעצונגען" איז אראפגענומען געווארן די הכשר פונעם רעסטוראנט
"קאושער גריל"
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
*
נישט אלעמאל איז וויכטיג אריינצוגיין אין אינערליכע פרטים, אבער היות עס איז ליידער א וועלט פון פאליטיק, און דאס ווארט פאליטיק האט שוין ליידער באוויזן אוועקצו'הרג'ענען גרויסע שטיקער אידישקייט, און לעצטנס, זינט רבינו שליט"א האט זיך אריינגעלייגט צו פארעכטן די הויפט טיילן פון די כשרות-קארופציע וואס הערשט אין אמעריקא, ווי אלע "דרויסנדיגע" באגלייבטע בעלי מכשירים וועלן אייך מעיד זיין ואכמ"ל, איז אנטשטאנען א סארט באוועגונג ביי געוויסע מענטשן, וועלכע טראגט אריין "כשרות" אין דעם באן, צו ווערן א ענין וואס ווערט אפגעקילט און פארנאכלעסיגט צוליב וואס די האקלסטע אישו'ס דערין ווערן באטראכט ווי פאליטיק, און די תוצאות דערפון קענען זיין אז געוויסע פון ביידע פארטייען זאלן עסן מאכלים אין א סטאנדארט וואס זייער טאטע וואלט קיינמאל אין זיין לעבן אין שטוב נישט אריינגענומען.
דעריבער איז פארשטענדליך אז מיר מוזן פרובירן אויסצורייסן דעם איינדרוק וויפיל עס איז שייך, און דעריבער וועלן מיר מוזן רעדן מער אפן, און אין אונזער פאל וועלן מיר איבערגעבן דברים כהווייתן בלי שום שינוי בעז"ה.
פארגאנגענען חודש אלול, איז געווען א אסיפה פונעם ועד הכשרות דק"י בבית רבינו שליט"א, וואו די רבי איז געווען בראש האסיפה.
ביי דעם אסיפה איז באשלאסן געווארן, אז היות די אלע פליישן וועלכע ווערן פארקויפט אין די גאס זענען במשך די יארן געווארן אין א מצב אז ס'איז בלויז (קוים) גוט אויף "ליכא דרכא אחרינא", און היינט איז שוין ב"ה א מציאות פון איכא דרכא אחרינא, ס'איז שוין פארהאן ריכטיג כשר פלייש פון די נייע מהודרדיגע שחיטות, פון עופות און פון גסות, דעריבער וועט די ועד הכשרות טראגן די פארשטענדליכע אחריות נישט אריינצולאזן חלילה קיין אנדערע פליישן אין א זאל אדער געשעפט ווי זיי גיבן דעם הכשר.
איינע פון די געשעפטן וועמען דאס האט אפעקטירט איז געווען קאושער גריל. און ער האט פארשפראכן זיך צוצושטעלן.
האט ער זיך אבער דערזעהן, אז א טייל פון די סארט פליישן וועלכע ער נוצט, איז נישטא צו באקומען פון די סאטמארע פלייש (טעקסאס). דאס אויפצוהערן נוצן וואלט געווען פאר אים א גרויסע פארלוסט.
איז ער אריבער צו רבינו שליט"א און גע'טענה'ט אז די ועד הכשרות בא'עוולה'ט אים, ווייל עס קען אים קאסטן זיין געשעפט, און ער האט צוגעלייגט אז זיין פרנסה איז זייער מצומצם און מען מוז זיך דערמיט רעכענען. האט די רבי גע'פסקנ'ט אז די סארט פליישן וועלכע זענען דערווייל נישטא פון די סאטמארע שחיטה זאל מען אים לאזן נוצן פון די פרעמדע, בתנאי אז ער שטעלט ארויס א צעטל אז א טייל פון די פליישן זענען אונטער די השגחה פון נירבאטור רב שליט"א, אזוי אז יעדער זאל פארשטיין אז דער ועד הכשרות גיט נישט קיין חותם דערויף, און זאל זיך יעדער באשליסן צו ער וויל דאס עסן צו נישט.
וכך הוה, ער האט אנגעהויבן נוצן פון אנדערע פלייש, און ארויסגעהאנגען אזא צעטל ווי פארלאנגט.
אינדערצווישן האט מען אנגעהויבן נאכהערן אז ער זאגט פאר קאסטומער אז ער נוצט מער נישט ק"י פלייש. ווען די ועד הכשרות האט אים געפרעגט דערוועגן האט ער געזאגט אז ער זאגט נאר אזוי וועגן זיינע לינקע קאסטומערס, אבער אלעס איז בסדר אן קיין שינוי. למעשה אבער האבן די משגיחים אנגעהויבן זעהן עפעס א צומישעניש אין די פלייש פעקלעך. עס זענען געווען פעקלעך פון אלע סארט קאמפאניס, אבער אויף אלעם האט ער געזאגט א תירוץ אהער און אהין. מ'האט געזעהן אז ס'טויג נישט, איז מען נאכגעגאנגען די זאך, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער קויפט טאקע יא פשוטע מיעל מארט פלייש, זיך פארלאזנדיג אז סשטייט שוין אויפן צעטל אז "געוויסע" פליישן זענען פון נירבאטור, און ער העאט דאס אנגעהויבן נוצן אלס א היתר נישט נאר אויף די פליישן וואס ער קען נישט באקומען די אויסגעהאלטענע, נאר אויך אויף די פליישן וועלכע עס זענען פאראן געוויסע קעסטומערס וועלכע פארלאנגען די נישט-אויסגעהאלטענע, נו, וועט שוין נישט אויסמאכן, ער וועט דאס אויך אריינרוקן אינעם היתר וואס די רבי האט אים געגעבן, און אזוי וועט ער צופרידנשטעלן די לינקע קאסטומערס.
דער חשבון איז טאקע זייער א גוטער, אבער נישט ווען מען באהאלט דאס פון די משגיחים! ווען מען ווייסט זייער גוט אז זיי ווילן אזאנע פלייש נישט אריינלאזן, און דער היתר פונעם צעטל איז געווען בדיעבד גמור נאר אויף א מצומצמדיגער קליינער חלק פון די פלייש.
ולא עוד, איז ארויסגעקומען אז די טשיקן פלייש וועלכע ער נעמט יא קרית יואלע טשיקן, האט ער - אן די וויסן פון די בעל מכשיר - גענומען פון די מאנסיער פלייש געשעפט (ויואל משה) וועלכע נוצן טאקע ק"י פלייש, אבער, די ועד הכשרת האט נישט קיין אבזערווירונג דארט, און זיי זענען אוודאי נישט מסכים אויף אזא טויש, און אוודאי און אוודאי נישט ווען מען טוט דאס אויסבאהאלטן און מען פאפט ארום מיט די משגיחים!.
אך און וויי פאר א בעל מכשיר וואס לאזט אזאנס אדרוך.
לכן, זאל דער ציבור וויסן, אז נישט נאר וואס א היימישער איד וועט אוודאי נישט איינקויפן אין אזא געשעפט – נאר ליבערשט אויב האט ער רחמנות אויפן בעה"ב וועט ער אים שיקן אן ענוועלאופ אויף די פאסט... – נאר יעדער בעל מכשיר וואס וועט זיך דערקייקלען ארויפצולייגן א השגחה אויף אזא געשעפט – וואס אזא שריט איז אייגנטליך די הויפט וואפן צו צעברעכן כשרות – ווייזט דאס אויף יענעם'ס השגחה וויפיל פארנטווארטליכקייט זיי טראגן, און פאר וועם זייער סטעמפל דארף דינען ווי א הכשר... וידע הציבור יזהר.