אויפ'ן פארלאנג פון פילע חברים וידידים (מער פון זעראו, ווייניגער פון צוויי, גיי פיגער...), בין איך אריינגעקומען באזוכן דא אין דאט.טריאו.דאט.אייוועלט (???) (הערת הבחור הוועפער: מסתמא מיינט ער דאט.סי-או.דאט.איי-על, שוין נעבעך).
כ'בין געקומען איבערגעבן א גרוס פון מיין קאמפיוטער. נעבעך, ער זיצט שבעה!
וואס? ווען? וויאזוי? נאך וועמען?
א מין שאלה דאס! וואס הייסט נאך וועמען? נאך אידישע וועלט!
דו ווייסט ווי נאנט זיי זענען געווען? ממש יעדן טאג האבן זיי זיך געטראפן, פארברענגט אינאיינעם, געקרעשט איינער דעם צווייטן, און זיך געווארפן אראנדזשעס איינער אויפ'ן צווייטן.
איין טאג האב איך אפילו באמערקט ווי די צוויי סודות'ן זיך צווישן זיך, אבער ווען זיי האבן מיך באמערקט זענען זיי גלייך שטיל געווארן. גיי ווייס וואס זיי האבן דארט פארברענגט. אין "כל העולם כולו" (נישט די ניק, ח"ו) וואלט געשטאנען אונטער'ן בילד: בסוד שיח וכו'.
שא, יגר האקט אריין...
פארגעסן, אין היידפארק קען מען נישט האקן...
הכלל, איי-וועלט איז געשטארבן.
די משפחה פון אייער-וועלט האט ארויסגעבן א סטעיטמענט, אין וואס זיי באשולדיגן דירעקט די אומ'אחריות'דיגע שרייבער וועלכע האבן נישט אנגענומען ערנסט די ווארענונג פון מאשקע, און האבן זיך ווייטער באנוצט מיט די אזוי-באליבטע עליענס - די גרינע מענטשעלעך.
רבותי, האב איך אייך נישט געווארנט?!
אזוי קוקט מען אויס ווען מ'פאלגט נישט די גדולי הדור (אני הקטן [יא די ניק]).
איכער, געמיר אפאר רינגעלעך. כ'בין אויסגעלאפן דערפון.
יגר, שא! ווען איך וועל ענדיגן, וועסטו האבן א געלעגנהייט צו רעדן. פארשטאנען?
רגע, גראדער קאלט אריין.
מאשקע: העלאו?
גראדער: יא מאשקע, וואס גייט פאר?
מאשקע: וואס הייסט? דו ווייסט נישט?
גראדער: יא, אבער וואס איז געשען?
מאשקע: כ'ווייס אויך נישט. עפעס זאגן זיי אז דער וועיטערער איז געשטארבן?
גראדער: הא?
מאשקע: איינער, דער וועיטערער.
גראדער: אהההה, דו מיינסט דער סערווער?
מאשקע: וואטעווער וויאזוי דו ווילסט עס רופן.
גראדער: כ'זאג דיר, ס'איז ממש אויס וועלט (כליפ כליפ..., רויטע מענטשעלע).
מאשקע: וואס הייסט?
גראדער: ווייסט וואס ר'זריל האט געשריגן מיט 31 יאר צוריק? ס'איז אויס וועלט!
מאשקע: נו?
גראדער: זאג איך דיר, ס'איז אויס איי-וועלט!
מאשקע: כא כא (כליפ כליפ) כא כא...
גראדער: וואס לאכסטו? ווען דער נאר וואלט נישט געווען מיינער וואלט איך אויך געלאכט...
מאשקע: מ'לאכט פון צרות נעבעך... שוין, בשורות טובות.
גראדער: זיימער געזונט.
גראדער האקט ארויס.
הכלל, די שבעה הייבט זיך אן פון היינט, און ענדיגט זיך ווען די קרעטשמע וועט צוריק אויפשטיין תחיית המתים. מ'קען אריינפעקסן טרייסט-וואונטשן צו די פעקס מאשין. די עריע קאוד וועט שפעטער געמאלדן ווערן.
עס עפעס און משה קאפויער האקן נישט אריין. נאך א מזל.
ווער ס'האט עפעס גוטע ווערטער צו טרייסטן מיין קאמפיוטער, זאל זיך ביטע מעלדן. כ'האב ממש נישט די ווערטער וויאזוי אים צו בארואיגן. ער וויינט און ברעטשעט א גאנצן טאג, מאין הפוגות, און אפילו א רויטע לאלי אדער א שווארצע דזשעלי-בין העלפט נישט! רבותי, ס'איז צרות! העעעעעלפט!!!
_________________