מעג מען עפענען א אשכול וועגן "די טארנעידא"?
דא קעמען שרייבן וואס אימער (חוץ וועגן "די בליץ"), און אז די מנהלים וועלן שפירן פאר וויכטיג וועלן זיי עס אריינפירן אין "דזשורנאל" פארום.
וואס איז די ריכטיגע אויסלייג פאר די ווארט צייטלך (די ניק און די תקנה); צייטל"י"ך צי צייטל"ע"ך? איי למאי נפק"מ? קודם נאך א קשיא, און דערנאך עסטע אליין פארשטיין וואס כ'וויל צוקומען. די סיבה פארן זיך רופן צייטל"ע"ך דא איז צוליב וואס צייטל"י"ך איז שוין געווען צוכאפט, אדער גאר פארקערט, אין אמת'ן איז צייטל"ע"ך די זאך, נאר אין איי-וועלט איז שוין צייטלעך נישט געווען צום האבן? הא? וואס זאגסטו? כ'זאל קוקן אויף איי-וועלט וועליך זיך איבערצייגן אז ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין צייטלעך דארט. גוט. געמער א לינק צו איי-וועלט און כ'וועל עס מברר זיין בל"נ.
וואס אן אמת איז אז צייטלעך מאכט מער אן אנדרוק פון צייטלעך א_ווי צייטליך, טראכט אריין א מינוט, ווען איינער זאגט דיר: מארגן מאך איך בר מצוה מיין אינגסטע בן יחיד אין בעד_סטיי פאראדייס. ס'איז גערופן אויף 7:00, זעה צו זיין צייטליך. וויזוי נעמט עס אויס ביי דיר? גלייך כאפסטע אז ער מיינט 8:00 פונקטלעך. אנדערש אבער ווען ער זאגט: זעה צו זיין צייטלעך - מיטן דגוש אויפן "ע", ווייסטע אז פאר 9 אזייגער האסטע נישט וואס צוזוכען דארט!
יעצט צוריק צו וואס כ'האב אנגעהויבן, קען מיר איינער מסביר זיין ווער אין די וועלט האט א ניק דא אויף ה"פ "צום_דו_זאך" אז ער זאל מיר זאגן א ס'איז אינו פנוי? צום_זאך1 האבעך נישט געהאט קיין חשק צו נעמען ווייל דאס האבעך שוין אויפן לייסענס פלעיט, כ'זוך נישט אנצוהייבן מיט גילו..
שוין, אבי דו רעדסט זיך אפ אסע נישט דא קיין שפראך פארום דא... א_ווי איז סנדר עפשטיין?
תוקן על ידי צום_זאח ב- 23/07/2010 04:36:01
תוקן על ידי צום_זאח ב- 23/07/2010 04:50:19
 |
|
|