בית פורומים היימישע קרעטשמע

נגינה - ניו יארק טיימס באריכט איבער נייע יאסעלע ראזענבלאט אלבום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/7/2010 16:50 לינק ישיר 
נגינה - ניו יארק טיימס באריכט איבער נייע יאסעלע ראזענבלאט אלבום

אין א גאר אינטערעסאנטע ארטיקל אינעם ניו יארק טיימס פאריגע וואך דינסטאג, האבן זיי באשריבן דעם נייעם סי די וועלכע קומט ארויס יעצט פון יאסעלע ראזענבלאט.

http://www.nytimes.com/2010/07/21/nyregion/21cantor.html?_r=1&scp=1&sq=electronic&st=cse


תוקן על ידי עס_עפעס ב- 27/07/2010 16:50:55



תוקן על ידי צייטלעך ב- 27/07/2010 22:29:13




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2010 11:03 לינק ישיר 

איך האב שוין געשריבן אין "איי וועלט" א לענגערע אפהאנדלונג איבער די מעלות און חסרונות פון די עוד יוסף חי'ס
כ'וועל נישט אלעס דא איבערגיין, נאר איין זאך וועל איך זאגן און אביסל צוברייטערן כדי דער עולם -ובפרט דער ארויסגעבער פון די "יאסעלע לעבט נאך" מענדל ווערדיגער צו סיי ווער ס'איז- זאל וויסן דערפון
די לעצטע שטיקל מיט ער טוט זיך אויף אז ער האט עס פארשאפט וואס ס'איז נישט געווען אזוי באוואוסט "כי הם חיינו" איז בעצם א האלבע שטיקל וואס הייבט זיך אן פון "אהבת עולם" (דער אמת איז אז יעדער וואס ליגט שטארק אין חזנות באמערקט גלייך אז ס'הייבט זיך אן מער ווי א אינמיטן)
די סיבה פארוואס ס'איז עקסטער? מאנכע זאגן אז יאסעלעס זון "הענרי" -וואס האט פארשטאנען מער צו אפערע ווי צו חזנות- האט ארומגעפאטשקעט מיט די שטיקלעך, מאנכע זאגן אז "גרעטער ריקארדינג" איז שולדיג דערין צ.ב.ש. איז דא א גאנצע טעיפ פון גרעטער פון האלבע שטיקלעך פון יאסעלע (נאר די שנעלע פעלער, צ.ב.ש. "מודה אני", לך ענו שירה", "מי ידמה לך" וכו') און פון דארט קומען די אלע טעותים פון די "עם פי טריס" וואס די גמ"חן גיבן ארויס, ס'איז ממש א שרעק אנצוקוקן ווי צוקאליעשט זיי זענען, און מ'בעט נאך דערפאר צוואנציג דאלער...
די הויפט אורזאך פאר די אלע פאטשקערייען אין יאסעלעס שטיקלעך מער ווי ביי אלע אנדערע חזנים, איז צוליב די גרויסע פארלאנג אויף זיינע רעקארדס האט יאסעלע רעקארדירט זיינע שטיקלעך פילצאליגע מאל, און אסאך מאל האט ער שפעטער פארבעסערט געוויסע שטיקלעך מיט קליינע שנויים, צ.ב.ש. איז דא צוויי פון רצה עתירתם, ר"ח בענטשן, ווער רעדט נאך פון "כל נדרי" וואס מאנכע זאגן גאר מיט א פשטות "וואס הייסט יאסעלע האט א פיר פינעף כל נדרי'ס"...
און דערנאך די שפעטערע יארן נאך יאסעלעס פטירה איז דאס געווארן א שטח הפקר, און איש כל הישר בעיניו יעשה ס'איז געווארן א חורבן פון אסאך שטיקלעך, נאך איין דוגמא וועל איך געבן און מיט דעם וועל איך ענדיגן אויף יעצט (ווייל איך בין שוין זייער מיד, ווי עטס קענטס זעהן פון די צומישטקייט וואס איך שרייב דא...) אויף קרן שמואל ישעי'ס "עם פי דריי" איז דא א שטיקל "ועינינו תיראנה" פון קדושה, איך האב אין מיין באזיץ א אלטע טעיפ ווי יאסעלע הייבט אן דעם שטיקל פון "תתגדל" און כ'וועל נישט ווערן איבעראשט ווען איינער וועט מיר אפירקראצן ווי ער הייבט דאס אן געהעריג פון אנהייב ממקומך
תמצית הדבר ווען מ'גיבט ארויס שטיקלעך פון יאסעלע -בפרט אומבאוואוסטע- דארף מען גוט נאכגיין און זיך נאכפרעגן ביי יודעי חזנות פאר מ'לייגט אריין א שטיקל, צו ס'איז א גאנצע שטיקל, און צו ס'איז נישטא א בעסערע גירסא פון דעם וכדו'

ודי בזה פאר יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/8/2010 21:42 לינק ישיר 

כ'האב זיך יעצט דערמאנט אז אינעם זעלבן אשכול האב איך דארט פארגעשלאגן אז מ'זאל מאכן א באזונדערע "חזנות ווינקל", וויבאלד חזנות איז דאך בעצם א וועלט פאר זיך און ס'האט קנאפ שייכות צו נגינה (הגם "יודל מענדלזאהן" טענה'ט אז חזנות איז נגינה [מיט יאסעלעס שטיקלעך איז ער אפשר אביסל גערעכט]) און אסאך וואס ליגן אין נגינה קענען נישט פארנעמען חזנות, נו צו וואס דארף מען עס אויסמישן?
און ס'זאל האבן באזונדערע נייעס פון עולם החזנות, אונטערוויאס פון די גדולי החזנים, ווי שטארק, העלפגאט, לעמער, חיים אדלער וכו' און ווער ווייסט אפשר אפי' פון "משה שטערן" (אויב ער געדענקט נאך אידיש פון גירסא דינקותא...) און קליפס פון די אלטע חזנים ווי יאסעלע און הערשמאן און אויך פון די היינטיגע (ציפ ציפ... וועק זיך אויף, חלום נישט אזויפיל... אוי ס'נאר א פאנטאזיע? א שאד...)
ס'האט באקומען שטיצע פון "שטארק זיך" (קען זיין פון נאך איינעם כ'געדענק נישט אויף די מינוט)
א קיצור כ'שרייב עס דא אז כ'זאל געדענקן אז ווען מ'וועט בעז"ה צוריק גיין קיין אייוועלט זאל איך עס געדענקען פארצושלאגן, אזוי וועט די רענאווירטע אייוועלט זיין נאך שענער און בעסער ווי געווען אי"ה 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נגינה - ניו יארק טיימס באריכט איבער נייע יאסעלע ראזענבלאט אלבום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext