בית פורומים היימישע קרעטשמע

פיצן די שיך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/8/2010 05:48 לינק ישיר 
פיצן די שיך

אינעם צייטווייליגן קרעטשמע פרעגט פארצייטישע "וואו איז דער מקור" אז מ'טאר נישט פיצן די שיך א טאג ווען מ'פארט אין וועג
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=79&t=11765

וויל איך צולייגן אז כ'האב געהערט אמאל נאכזאגן אזא מעשה בשם סאמארער רבי שליט"א (מהר"א)
זיין זיידע דער "ייטב לב זצ"ל" האט געהאט א גבאי וואס האט געהייסן יהושע און גערופן האט מען אים "יושעלע בהמה"...
איינמאל אין א טאג ווען דער ייטב לב האט געדארפט פארן ערגעץ אין די מרחקים, (אמאליגע צייטן האט מען נישט געכאפט און געפארן, ס'האט זיך געפאדערט לאנגע הכנות פארן פארן ערגעץ) זעהט ער ווי יושעלע פיצט זיך די שטיוול, פרעגט ער אים וואס איז דאס? זאגט ער מ'פארט דאך אין דער פרעמד וויל ער זיך אהערשטעלן... מ'גייט דאך מאכן געלט.
זאגט אים דער יטב לב ס'שטייט פון ר'יהודה החסיד מ'זאל נישט פיצן די שיך אין א טאג וואס מ'גייט אין וועג, איך האב מורא צו פארן מיט דיר, דו בלייבסט דא! האט ער זיך גענומען בעטן אז ער וועט דא לאזן די שיך... ער וועט אנטוהן אנדערע
האט ער אים געענטפערט: שטייט דען לא יסע במעלים שימשח, ס'שטייט לא ימשח וכו' ביום שדעתו לילך לדרך
און ער האט אים נישט געלאזט מיטפארן
איך מיין אז די מעשה קלארט אויס אסאך זאכן וואס ווערט דארט ארומגעשמועסט וועגן דעם



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פיצן די שיך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext